לדלג לתוכן

טייטש יהואש דניאל פרק ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

דניאל פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב       (אנדערע ווערסיעס פון דניאל ד)


א איך נבוכדנצר בין געווען רואיק אין מיין הויז, און בּליעדיק אין מיין פּאלאץ. ב האבּ איך א חלום געזען און ער האט מיך דערשראקן, און טראכטענישן אויף מיין געלעגער, און זעאונגען פון מיין קאפּ האבּן מיך צעגרוילט. ג דרום איז פון מיר געגעבּן געווארן א בּאפעל, צו ברענגען פאר מיר אלע חכמים פון בבל, אז זיי זאלן מיך מאכן וויסן דעם פיתרון פון דעם חלום. ד דענסמאל זיינען געקומען די חרטומים, די צויבּערשפּרעכער, די כשדים, און די שטערנזעער, און איך האב דערציילט מיין חלום פאר זיי, אבּער זיי האבּן מיך ניט געמאכט וויסן זיין פיתרון. ה נאר צום לעצטן איז אריינגעקומען פאר מיר דניאל, וואס זיין נאמען איז בּלטשאצר, אזוי ווי דער נאמען פון מיין גאט, און וואס דער גייסט פון די הייליקע געטער איז אין אים; און איך האבּ דערציילט מיין חלום פאר אים: ו בלטשאצר, דו הויפט'פון די חרטומים, וואס איך ווייס אז דער גייסט פון די הייליקע געטער איז אין דיר, און קיין סוד איז פון דיר ניט פארהוילן, די זעאונגען פון מיין חלום וואס איך האבּ געזען און זיין פיתרון טו זאגן. ז און [דאס זיינען] די זעאונגען פון מיין קאפּ אויף מיין געלעגער: איך האב געזען,
ערשט א בוים איז אין מיטן דער ערד,
און זיין הייך איז געווען גרויס.
ח איז געוואקסן דער בוים און געווארן שטארקער,
ביז זיין הייך האט דערגרייכט צום הימל,
און זיין אנזען אין געווען בּיז צום עק פון דער גאנצער ערד.
ט זיינע בּלעטער זיינען געווען שיין, און זיין פרוכט פיל,
און שפּייז פאר אלעמען איז אויף אים געווען;
אונטער אים האבּן זיך געשאטנט די חיות פון פעלד,
און אין זיינע צווייגן האבּן געוווינט די פויגלען פון הימל,
און פון אים האבּן זיך געשפּייזט אלע לייבּער.
י האב איךגעזען אין די זעאונגען פון מיין קאפּ אויף מיין געלעגער, ערשט א מלאך און א הייליקער האט אראפּגענידערט פון הימל.
יא האט ער אויסגערופן אין דער הייך, און האט אזוי געזאגט:
האקט אפּ דעם בוים,
און שניידט אפּ זיינע צווייגן,
שאקלט אראפּ זיינע בּלעטער,
און צעשפּרייט זיין פרוכט;
זאלן די חיות אוועקוואנדערן פון אונטער אים,
און די פויגלען פון זיינע צווייגן.
יב נאר דעם שטאם פון זיינע ווארצלען לאזט אין דער ערד,
און אין א קייט פון אייזן און קופּער,
צווישן די גראז פון פעלד;
און פון דעם טוי פון הימל זאל ער באנעצט ווערן,
און מיט די חיות זאל זיין זיין טייל, צווישן קרייטאכץ פון דער ערד.
יג זיין הארץ זאל מען פארבּייטן פון א מענטשנס,
און א הארץ פון א חיה זאל אים געגעבּן ווערן,
און זיבן צייטן זאלן אריבּערגיין אינער אים.
יד לויט דער גזרה פון די וואכערס (מלאכים) איז דער שפּרוך,
און א בּאפעל פון די הייליקע איז די זאך,
כדי די לעבּעדיקע זאלן וויסן,
אז דער אויבּערשטער געוועלטיקט איבּער דער מלוכה פון מענטשן,
און צו וועמען ער ודיל גיט ער זי,
און דעם נידעריקסטן פון מענטשן קען ער זעצן דערויף.
טו דעם דאזיקן חלום האב איך, מלך נבוכדנצר, געזען, און דו, בּלטשאצר, זאג דעם פיתרון, ווייל אלע חכמים פון מיין קיניגרייך קענען מיר ניט מאכן וויסן דעם פּיתרון; אבער דו קענסט יא, ווייל דער גייסט פון די הייליקע איז אין דיר.

טז דענסמאל איז דניאל, וואס זיין נאמען איז געווען בּלטשאצר, פארשטארט געווארן א וויילע, און זיינע רעיונות האבן אים געשראקן. האט זיך אפּגערופן דער מלך און האט געזאגט: בּלטשאצר, זאל דער חלום און דער פיתרון דיך ניט דערשרעקן. האט געענטפערט בלטשאצר און האט געזאגט: מיין האר, דיין חלום אויף דיינע פיינט, און זיין פיתרון אויף דיינע שוֹנאים! יז דער בוים וואס דו האסט געזען, וואס איז געוואקסן און געווארן שטארקער, און זיין הייך האט דערגרייכט ביזן הימל, און זיין אנזען ביז דער גאנצער ערד, יח און זיינע בּלעטער זיינען געווען שיין, און זיין פרוכט פיל, און שפּייז פאר אלעמען איז אויף אים געווען; וואס אונטער אים האבּן געוווינט די חיות פון פעלד, און אין זיינע צווייגן האבּן גערוט די פויגלען פון הימל. יט דאס ביסט דו, מלך, וואס דו ביסט געוואקסן און געווארן שטארקער, און וואס דיין גרויסקייט איז געוואקסן און האט דערגרייכט ביזן הימל, און דיין געוועלטיקייט ביז עק ערד. כ און וואס דער מלך האט געזען ווי א מלאך און א הייליקער האט אראפּגענידערט פון הימל, און האט געזאגט: האקט אפּ דעם בוים און צעשטערט אים, נאר דעם שטאם פון זיינע ווארצלען לאזט איבּער אין דער ערד, און אין א קייט פון אייזן און קופּער, צווישן די גראז פון פעלד; און פון דעם טוי פון הימל זאל ער בּאנעצט ווערן, און מיט די חיות פון פעלד זאל זיין זיין טייל, בּיז זיבן צייטן וועלן אריבּערגיין איבער אים. כא דאס, מלך, איז דער פיתרון, און עס איז די גזרה פון דעם אויבּערשטן וואס איז געקומען אויף מיין האר דעם מלך; כב מען וועט דיך פארטרייבּן פון מענטשן, און מיט די חיות פון פעלד וועט זיין דיין וווינונג, און גראז ווי אקסן וועט מען דיך מאכן עסן, און מיט דעם טוי פון הימל וועט מען דיך בּאנעצן, און זיבּן צייטן וועלן אריבּערגיין איבּער דיר; בּיז דו וועסט וויסן אז דער אויבּערשטער געוועלטיקט איבּער דער מלוכה פון מענטשן, און צו וועמען ער וויל גיט ער זי. כג און וואס מען האט אנגעזאגט, צו לאזן דעם שטאם פון די ווארצלען פון בּוים [בּאטייט]: דיין מלוכה וועט דיר בלייבּן נאכדעם ווי דו וועסט דערקענען אז די הימלען זיינען די וואס געוועלטיקן. כד דרום, מלך, זאל מיין עצה וווילגעפעלן פאר דיר, און טו אפּ דיינע זינד דורך צדקה, און דיינע פארבּרעכן דורך דערבּארימונג אויף די ארעמע; אויבּ עס קען נאך זיין א פארלענגערונג פאר דיין שלווה.

כה דאס אלץ איז געקומען אויפן מלך נבוכדנצר. כו צום סוף פון צוועלף חדשים איז ער אומגעגאנגען אויף דעם קיניגלאכן פּאלאץ פון בבל. כז האט אויסגערופן דער מלך און האט געזאגט: איז דאס ניט די גרויסע בבל, וואס איך האבּ געבּויט פאר א קיניגלאכן וווינארט מיט מיין גרוים רייכטום, און פאר דעם כבוד פון מיין פּראכטיקייט? טכח דאס ווארט איז נאך געווען אין מלכס מויל, איז אראפּ א קוֹל פון הימל: דיר זאגט מען אן, מלך נבוכדנצר: די מלוכה האט זיך אפּגעטאן פון דיר. כט און פון מענטשן וועט מען דיך פארטרייבּן, און מיט די חיות פון פעלד וועט זיין דיין וווינונג, גראז ווי אקסן וועט מען דיך מאכן עסן, און זיבּן צייטן וועלן אריבּערגיין איבּער דיר; בּיז דו וועסט וויסן אז דער אויבּערשטער געוועלטיקט איבּער דער מלוכה פון מענטשן, און צו וועמען ער וויל גיט ער זי. ל אין דער אייגענער שעה איז דערפילט געווארן דאס ווארט אויף נבוכדנצרן, און ער איז פון מענטשן פארטריבּן געווארן,. און גראז ווי אקסן האט ער געגעסן, און פון דעם טויי פון הימל איז בּאנעצט געווארן זיין לייבּ, בּיז זיינע האר ז׳יינען אויסגעוואקסן אזוי ווי בּיי אדלערס, און זיינע נעגל אזוי ווי ביי פויגלען.

לא און צום סוף פון די טעג, האבּ איך, נבוכדנצר, אויפגעהויבּן מיינע אויגן צום הימל, און מיין שכל האט זיך אומגעקערט צו מיר, און איך האבּ געבענטשט דעם אויבּרשטן, און געלויבּט און געאכפערט דעם וואס לעבּט אייבּיק,
וואס זיין געוועלטיקייט איו אן אייבּיקע געוועלטיקייט,
און זיין מלוכה איז אויף דור־דורות.
לב און אלע באוווינער פון דער ערד זיינען ווי גארנישט גערעכנט;
און לויט זיין רצון טוט ער מיט דעם חיל פון הימל,
און מיט די באוווינער פון דער ערד,
און ניטא ווער זאל ווערן זיין האנט,
און אים זאגן: וואם טוסטו?

לג אין דער אייגענער שעה האט מיין שכל זיך אומגעקערט צו מיר, און צו דעם כבוד פון מיין מלוכה, האט מיין פּראכט און מיין גלאנץ זיך אומגעקערט צו מיר; און מיינע מיניסטארן און מיינע גרויסע לייט האבן מיך געזוכט; און איך בּין בּאפעסטיקט געווארן אין מיין מלוכה, און נאך א גרעסערע מאכט איז מיר צוגעלייגט געווארן. לד אצונד טו איך, נבוכדנצר, לויבּן און דערהייבּן און אכפּערן דעם קיניג פון די הימלען, וואס אלע זיינע טואונגען זיינען אמת, און זיינע וועגן גערעכטיקייט, און די וואס גייען מיט גאווה קען ער דערנידערן.

ביאורי פסוקים