טייטש יהואש דניאל פרק ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

דניאל פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב       (אנדערע ווערסיעס פון דניאל ג)


א דער מלך נבוכדנצר האט געמאכט א געשטאלט פון גאלד, וואס איר הייך איז געווען זעכציק איילן, איר בּרייט זעקס איילן, ער האט זי אויפגעשטעלט אין טאל דורא, אין דער מדינה פון בבל. ב און דער מלך נבוכדנצר האט געשיקט איינזאמלען די סאטראפּן, די הערשער, און די פירשטן, די ריכטער, די שאצמיינסטער, די ראטגעבּער, די אויפזעער, און אלע געוועלטיקער פון דער מדינה, צו קומען צו דער באנייאונג פון דער געשטאלט, וואס דער מלך נבוכדנצר האט אויפגעשטעלט. ג דענסמאל האבּן זיך איינגעזאמלט די סאטראפּן, די הערשער, און די פירשטן, , די ריכטער, די שאצמיינסטער, די ראטגעבּער, די אויפזעער, און אלע געוועלטיקער פון דער מדינה, צו דער באנייאונג פון דער געשטאלט, וואס דער מלך נבובכדצר האט אויפגעשטעלט; און זיי האבּן זיך געשטעלט אקעגן דער געשטאלט, וואס נבוכדנצר האט אויפגעשטעלט. ד און א שרייער האט אויסגערופן אין דער הייך: אייך באפעלט מען, איר פעלקער, אומות און לשונות; ה בּעת איר וועט הערן דעם קוֹל פון דעם הארן, פלייט, גיטאר, פירסטרונע, הארף, פייפזאק, און אלערליי כלי-זמר זאלט איר אנידערפאלן און זיך בּוקן צו דער גילדערנער געשטאלט, וואס דער מלך נבוככדצר האט אויפגעשטעלט. ו און ווער עס וועט ניט אנידערפאלן און זיך בוקן, וועט אין דער אייגענער שעה אריינגעווארפן ווערן אין אן אויוון מיט ברענעדיקן פייער.

ז דעריבּער, אין יענער צייט, ווי אלע פעלקער האבן דערהערט דעם קוֹל פון דעם הארן, פלייט, גיטאר, פירסטרונע, הארף, און אלערליי כלי-זמר, אזוי זיינען אלע פעלקער, אומות, און לשונות, אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו דער גילדערנער געשטאלט, וואס דער מלך נבוכדנצר האט אויפגעשטעלט.

ח דעריבּער, האבּן אין יענער צייט גענענט מענער, כשדים, און האבן געמסרט אויף די אידן. (ואכלו קורציהון די יהודיא: און האבן געגעסן די שטיקער אדער פּארציעס פון די אידן).

ט זיי האבּן זיך אפּגערופן און געזאגט צו דעם מלך נבוכדנצר: אייבּיק לעבּן זאל דער מלך! י דו, מלך, האסט געגעבּן א בּאפעל, אז יעטוועדער מענטש וואט וועט הערן דעם קול פון דעם הארן, פלייט, גיטאר, פירסטרונע, הארף, פייפזאק, און אלערליי כלי-זמר, זאל אנידערפאלן און זיך בוקן צו דער גילדערנער געשטאלט; יא און ווער עס וועט ניט אנידער־ פאלן און זיך בוקן, זאל אריינגעווארפן וזערן אין אן אויוון מיט ברענעדיקן פייער. יב זיינען פאראן אידישע מענער וואס דו האסט ארויפגעזעצט אויף דער פירונג פון דער מדינה פון בבל, שדרך, מישך, און עבד-נגו; דידאזיקע מענער לייגן ניט אכט אויף דיר, מלך, צו דיין גאט דינען זיי ניט, און צו דער גילדערנער געשטאלט וואס דו האסט אויפגעשטעלט, בוקן זיי זיך ניט.

יג דענסמאל האט נבוכדנצר מיט כעס און גרימצארן באפוילן צו ברענגען שדרכן, מישכן, און עבד-נגון. זיינען דידאזיקע מענער דענסמאל געבראכט געווארן פארן מלך. יד האט זיך אפּגערופן נבוכדנצר און האט געזאגט צו זיי: איז דאס בכיוון, שדרך, מישך, און עבד-נגו, וואס איר דינט ניט צו מיין גאט, און איר בּוקט זיך ניט צו דער גילדערנער געשטאלט, וואס איך האב אויפגעשטעלט? טו אצונד, אויבּ איר זייט גרייט, אז בּעת איר וועט הערן דעם קוֹל פון דעם הארץ, פלייט, גיטאר, פירסטרונע, הארף, און פייפזאק, און אלערליי כלי-זמר, זאלט איר אנידערפאלן און זיך בּוקן צו דער געשטאלט, וואס איך האבּ געמאכט, אויבּ אבּער איר וועט זיך ניט בּוקן, וועט איר אין דער אייגענער שעה אריינגעווארפן ווערן אין אן אויוון מיט בּרענעדיקן פייער; און ווער איז דער גאט, וואס וועט אייך מציל זיין פון מיין האנט? טז האבּן געענטפערט שדרך, מישך, און עבד-נגו, און האבּן געזאגט צום מלך: נבוכדנצר, אונדז פעלט ניט אויף דעמדאזיקן באפעל דיר צו ענטפערן. יז אויבּ אונדזער גאט צו וועמען מיר דינען, קען אונדז מציל זיין, וועט ער פון דעם אויוון מיט ברענעדיקן פייער, און פון דיין האנט, מלך, מציל זיין. יח און אפילו אז ניט, זיי וויסן, מלך, אז צו דיין גאט וועלן מיר ניט דינען, און צו דער גילדערנער געשטאלט וואס דו האסט אויפגעשטעלט, וועלן מיר זיך ניט בּוקן.

יט דענסמאל איז נבובדנצר אנגעפילט געווארן מיט גרימצארן, און דער אנבּליק פון זיין פנים האט זיך געביטן אקעגן שדרכן, מישכן, און עבד-נגון; האט ער זיך אפּגערופן און האט באפוילן אנצוהייצן דעם אויוון זיבן מאל אזוי פיל ווי מען דארף אים אנהייצן. כ און עטלאכע שטארקע גיבורים וואס אין זיין חיל האט ער באפוילן צו בינדן שדרכן, מישכן, און עבד-נגון, און אריינצוווארפן אין דעם אויוון מיט ברענעדיקן פייער. כא דענסמאל זיינען די דאזיקע מענער געבּונדן געווארן אין זייערע הויזן, זייערע העמדער, און זייערע מאנטלען, און זייערע [אנדערע] מלבושים, און מען האט זיי אריינגעווארפן אין דעם אויוון מיט ברענעדיקן פייער. כב דעריבער, ווייל דאס ווארט פון דעם מלך איז געווען שטרענג, און דער אויוון איז געווען שטארק אנגעהייצט, האט די פלאם פון דעם פייער געטייט יענע מענער וואס האבן ארויפגעבראכט שדרכן, מישכן, און עבד-נגון. כג און די דאזיקע דריי מענער, שדרך, מישך, און עבד-נגו, זיינען אריינגעפאלן געבונדענערהייט אין דעם אויוון מיט ברענעדיקן פייער.

כד דענסמאל האט דער מלך נבוכדנצר זיך דערשראקן, און ער איז אויפגעשטאנען אויף גיך, און ער האט זיך אפּגערופן צו זיינע מיניסטארן, און האט געזאגט: האבן מיר ניט דריי מענער אריינגעווארפן געבונדענערהייט אין פייער? האבן זיי געענטפערט און געזאגט צום מלך: געוויס, מלך. כה האט ער זיך אפּגערופן און האט געזאגט: אט זע איך פיר מענער לויזע ארומגיין אין מיטן פייער, און קיין שעדיקונג איז אויף זיי ניטא; און דער אנבּליק פון דעם פירטן איז געגליכן צו א זון פון די געטער.

כו דענסמאל האט נבובכנצר גענענט צו דער טיר פון דעם אויוון מיט ברענעדיקן פייער; ער האט אויסגערופן און געזאגט: שדרך, מישך, און עבד-נגו, קנעכט פון העכסטן גאט, גייט ארויס, און קומט אהער. דענסמאל זיינען שדרך, מישך, און עבד-נגו, ארויסגעגאנגען פון פייער. כז און די סאטראפן, די הערשער, און די פירשטן, און די מיניסטארן פון דעם מלך, האבן זיך איינגעזאמלט, און האבן באקוקט די דאזיקע מענער, וואס דאס פייער האט ניט געהאט קיין שליטה אויף זייערע לייבער, און די האר פון זייער קאפּ איז ניט אנגעברענט געווארן, און זייערע הויזן האבּן זיך ניט פארענדערט, און קיין ריח פון פייער איז ניט אריבּער אויף זיי. כח האט אויסגערופן נבוכדנצר און האט געזאגט: געלויבּט איז דער גאט פון שדרכן, מישכן, און עבד-נגון, וואס ער האט געשיקט זיין מלאך, און האט מציל געווען זיינע קנעכט וואס האבּן זיך פארלאזט אויף אים, און האבּן געטאן אנדערש ווי דעם מלכס ווארט, און אפּגעגעבּן זייערע לייבּער, כדי זיי זאלן ניט דינען און זיך ניט בּוקן צו קיין גאט אחוץ צו זייער גאט. כט פון מיר ווערט געגעבּן א בּאפעל אז יעטוועדער פאלק, אומה, און לשון, וואס וועט רעדן מיט אומכבוד אויף דעם גאט פון שדרכן, מישכן, און עבד-נגון, זאל אין שטיקער צעריסן ווערן, און זיין הויז זאל געמאכט ווערן פאר א מיסטהויפן; ווארום עס איז ניטא קיין אנדער גאט וואס קען אזוי מציל זיין.

ל דענסמאל האט דער מלך דערהויבּן שדרכן, מישכן, און עבד-נגון, אין דער מדינה פון בבל.

לא דער מלך נבוכדנצר צו אלע פעלקער, אומות, און לשונות, וואס וואוינען אויף דער גאנצער ערד: אייער פריד זאל זיך מערן! לב די צייכנס און די ווונדער וואס דער העכסטער גאט האט מיט מיר געטאן, אין וואוילגעפעלן פאר מיר צו לאזן וויסן.
זיינע צייכנס, ווי גרויס!
און זיינע ווואונדער, ווי שטארק!
זיין מלוכה איז אן אייבּיקע מלוכה,
און זיין געוועלטיקייט איז פון דוֹר צו דוֹר.

ביאורי פסוקים