טייטש יהואש דניאל פרק ו

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

דניאל פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב       (אנדערע ווערסיעס פון דניאל ו)


א און דריָוֶש פון מדי האט איבערגענומען די מלוכה, ווען ער איז געווען ארום צוויי און זעכציק יאר אלט. ב איז וווילגעפעלן פאר דריושן, און ער האט ארויפגעזעצט איבער דעם קיניגרייך הונדערט און צוואנציק סאטראפּן, וואס זאלן זיין אין גאנצן קיניגרייך; ג און איבער זיי דריי אויבערלייט וואס דניאל איז געווען איינער פון זיי; כדי די דאזיקע סאטראפּן זאלן אפּגעבן צו זיי רעכנשאפט, און דער מלך זאל ניט האבן קיין הזק. ד דענסמאל האט דער דאזיקער דניאל זיך אויסגעצייכנט איבער די אויבערלייט און די סאטראפּן, ווייל אן אויסנאמיקער גייסט איז געווען אין אים; און דער מלך האט געקלערט אים ארויפצוזעצן איבער דעם גאנצן קיניגרייך.

ה דענסמאל האבן די אויבערלייט און די סאטראפּן געזוכט אן אויסרעד אקעגן דניאלן בנוגע צו דער מלוכה, אבער זיי האבן קיין אויסרעד און קיין פעלער ניט געקענט געפינען, ווייל ער איז געווען געטריי, און קיין פארזע ארער פעלער איז ביי אים ניט געפונען געווארן. ו האבן דענסמאל די דאזיקע מענער געזאגט: מיר וועלן ניט געפינען קיין אורזאך אקעגן דעם דאזיקן דניאלן, סיידן מיר געפינען עס אין דעם געזעץ פון זיין גאט. ז דענסמאל זיינען די דאוייקע אויבערלייט און סאטראפּן געקומען מיט אימפּעט צום מלך, און האבן צו אים אזוי געזאגט: אייביק לעבן זאל דער מלך דריוש! ח אלע אויבערלייט פון דער מלוכה, די הערשער, און די סאטראפּן, די ראטגעבער, און די פירשטן, האבן זיך באקלערט, אז דער מלך זאל אויפשטעלן א געזעץ, און מאכן א שטארקן פארווער, אז איטלאכער וואס וועט בעטן א געבעט פון וואסער עס איז גאט אדער מענטשן ביז דרייסיק טעג, אחוץ פון דיר, מלך, זאל אריינגעווארפן ווערן אין דער גרוב פון לייבן. ט אצונד, מלך, זאלסטו אויפשטעלן דעם פארווער, און חתמען דאס געשריפץ, אז מען זאל עס ניט ענדערן, לויט דעם געזעץ פון מדי און פּרס וואס ווערט ניט בטל. י איבער דעם האט דער מלך ךריש געחתמעט דאס געשריפץ און דעם פארווער.

יא און דניאל, אז ער האט זיך דערוווסט אז דאס געשריפץ איז געחתמעט געווארן, איז ער אריינגעגאנגען אין זיין הויז - און ער האט געהאט פענצטער אין זיין אויבערשטוב אָפן אקעגן ירושלים - און דריי מאל אין טאג האט ער געקניט אויף זיינע קני, און תפילה געטאן, און געגעבן א לויב פאר זיין גאט, אזוי ווי ער פלעגט טאן פריער. יב דענסמאל זיינען די דאזיקע מענער אריין מיט אימפּעט, און האבן געפונען דניאלן, ווי ער בעט און איז מתפלל פאר זיין גאט. יג האבן זיי דענסמאל גענענט, און האבן גערעדט פאר דעם מלך וועגן דעם מלכם פארווער: האסטו ניט געחתמעט א פארווער, אז איטלאכער מענטש וואס וועט בעטן פון וואסער עס איז גאט אדער מענטשן ביז דרייסיק טעג, אחוץ פון דיר, מלך, זאל אריינגעווארפן ווערן אין דער גרוב פון לייבן? האט געענטפערט דער מלך און האט געזאגט: די זאך איז פעסט, לויט דעם געזעץ פון מדי און פּרס וואס טאר ניט אפּגעשאפט ווערן. יד דענסמאל האבן זיי זיך אפּגערופן און האבן געזאגט פארן מלך אז: דניאל וואס איז פון די גלות-קינדער פון יהודה לייגט ניט אכט אויף דיר, מלך, און אויף דעם פארווער וואס דו האסט געחתמעט, און דריי מאל אין טאג בעט ער זיין געבעט. טו דענסמאל, אז דער מלך האט געהערט די זאך, האט אים זייער פארדראסן, און ער האט געלייגט דעם געדאנקעןאויף דניאלן,אים צו ראטעווען, אוו ביז זונאונטערגאנג האט ער זיך געמיט אים מציל צו זיין. טז דענסמאל זיינען דידאזיקע מענער געקומען מיט אימפּעט צום מלך, און האבן געזאגט צום מלך: זיי וויסן, מלך, אז עס איז א געזעץ פון מדי און פּרס, אז איטלאך פארווער אדער באפעל וואס דער מלך שטעלט אויף, איז ניט צום ענדערן. יז דענסמאל האט דער מלך באפוילן, און מען האט געבראכט דניאלן און אים אריינגעווארפן אין דער גרוב פון לייבן. האט זיך אפּגערופן דער מלך און האט געזאגט צו דניאלן: דיין גאט וואס דו דינסט צו אים שטענדיק, ער וועט דיך מציל זיין. יח און א שטיין איז געבראכט געווארן, און איז ארויפגעלייגט געווארן אויפן מויל פון דער גרוב, און דער מלך האט עס פארחתמעט מיט זיין זיגלרינג און מיט דעם זיגלרינג פון זיינע גרויסע לייט, כדי קיין זאך זאל ניט געענדערט ווערן מיט דניאלן.

יט דענסמאל איז דער מלך אוועק אין זיין פּאלאץ, און ער האט צוגעבראכט די נאכט אין פאסטן, און פארוויילונגען זיינען ניט געבראכט געווארן פאר אים, און זיין שלאף האט זיך אפּגעטאן פון אים. כ דענסמאל איז דער מלך אויפ־ געשטאנען באגינען מיטן פרימארגנליכט, און איז האסטיק אוועק צו דער גרוב פון לייבן. כא און ווי ער האט גענענט צו דער גרוב, האט ער געשריען צו דניאלן מיט א טרויעריקן קול; דער מלך האט גערופן צו דניאלן און האט געזאגט: דניאל, דו קנעכט פון דעם לעבעדיקן גאט, האט דער גאט וואס דו דינסט צו אים תמיד, דיך געקענט מציל זיין פון די לייבן? כב דענסמאל האט דניאל געזאגט צום מלך: אייביק לעבן זאל דער מלך! כג מיין גאט האט געשיקט זיין מלאך, און עך האט פארשלאסן דאס מויל פון די לייבן, און זיי האבן מיר ניט שלעכטם געטאן; ווייל פאר אים איז מיר געפונען געווארן א זכות; און אויך אקעגן דיר, מלך, האב איך שלעכטס ניט געטאן. כד דענסמאל האט זיך דער מלך זייער דערפרייט, און ער האט באפוילן ארויפברענגען דניאלן פון דער גרוב; און דניאל איז ארויפגעבראכט געווארן פון דער גרוב, און קיין שעדיקונג איז אויף אים ניט געפונען געווארן, ווייל ער האט געגלויבט אין זיין גאט. כה און דער מלך האט באפוילן, און מען האט געבראכט יענע מענער וואס האבן געמסרט אויף דניאלן, און מען האט זיי אריינגעווארפן אין דער גרוב פון לייבן, זיי, זייערע קינדער, און זייערע ווייבער; און זיי האבן צומאל ניט דערגרייכט צום עק פון דער גרוב, האבן שוין די לייבן געוועלטיקט איבער זיי, און אלע זייערע ביינער צעמאלן.

כו דענסמאל האט דער מלך דריוש געשיקט צו אלע פעלקער, אומות, און לשונות, וואס וווינען אויף דער גאנצער ערד: אייער פריד זאל זין מערן! כז פון מיר ווערט געגעבן א באפעל, אז אין דער גאנצער געוועלטיקייט פון מיין קיניגרייך זאל מען ציטערן און מורא האבן פאר דעם גאט פון דניאלן;
ווארום ער איז דער לעבעדיקער גאט,
און ער באשטייט אייביק,
און זיין מלוכה איז אזא וואס ווערט ניט צעשטערט,
און זיין געוועלטיקייט איו ביז צום סוף.
כח ער ראטעוועט און איז מציל,
און ער מאכט צייכנס און ווונדער,
אין הימל און אויף דער ערד;
[ער איז דער] וואס האט מציל געווען דניאלן פון דער מאכט פון די לייבן.
כט און דער דאזיקער דניאל האט באגליקט אונטער דער מלוכה פון דריושן, און אונטער דער מלוכה פון כורש דעם פּרסער.

ביאורי פסוקים