לדלג לתוכן

חומש בית יהודה אסתר ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שיר השירים פרק א ב ג ד ה ו ז ח - רות פרק א ב ג ד - איכה פרק א ב ג ד ה - קהלת פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב - אסתר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י    

א. און אז עס איז אנגעקומען דער דריינצענטן טאג פון צוועלפטן מאנאט אדר, אין וועלכן דער קייזערלעכן אוקאז (= באפעל) האט געברויכט אויסגעפירט צו ווערן, אין דעם טאג וואס די יידנ'ס פיינד האבן געהאפט צו געוועלטיקן איבער זיי, און וועלכער איז פארקערט געווארן, אז די יידן זאלן קענען געוועלטיקן איבער זייערע פיינד[1].
ב. האבן זיך אלע יידן פארזאמעלט אין אלע שטעט פון אלע לענדער וואס האבן געהערט צום קעניג אחשורוש, איינגעהענטיק, זיך אפּרעכענען[2], מיט די וואס זוכן זייער אומגליק, אבער קיינער פון די וואס האבן זיך געשטעלט געגן זיי, האט זיי נישט געקענט בייקומען, דען זייער פורכט איז געפאלן אויף אלע פעלקער.
ג. אויך אלע פירשטן, גענעראל-גובערנאטארן, פּאַשאַען, און אלע קעניגלעכן באאמטע (= באאמטערס[3]) האבן די יידן אנגעהייבן צו ערן (= ערלעך האלטן), דען זיי האבן געשראקן פאר מרדכי'ן. ד. דען מרדכי איז אנגעזען געווארן ביי קעניג , און זיין רוף האט זיך פארברייטערט אין אלע לענדער, אז דער מאן מרדכי וועט נאך גרעסער ווערן.
ה. און אזוי האבן די יידן געשלאגן אלע זייערע פיינד מיטן שווערד, געשלאגן ביז צום אויסראטן (= אומקומען, פארניכטן), און האבן מיט זייערע פיינד געטאן נאך זייער ווילן.
ו. און אין דער רעזידענץ-שטאט[4] האבן זיי געהרגעט פינף הונדערט מאן.
ז און פרשנדתא און דלפון און אספתא.
ח און פורתא און אדליא און ארידתא.
ט און פרמשתא און אריסי און ארדי און ויזתא.
י. המנ'ס צען קינדער, נאר זייער פרמעגן האבן זיי נישט גערירט.
יא. דעם זעלבן טאג האט מען דעם קעניג דערלאנגט די צאל פון די גהרגעטע אין דעם רעזידענץ-שטאט.
יב. האט דער קעניג געזאגט צו דער קעניגן אסתר: די יידן האבן אין שושן געהרגעט פינף הונדערט מאן, און המנ'ס צען קינדער, ווער ווייסט וויפל זיי האבן געהרגעט אין די איבעריקע פּראווינצן, דאך אויב דו האסט נאך צו פארלאנגען וועט עס אויך באוויליגט ווערן, האסטו נאך א וואונשט, זאל עס געשען.
יג. האט זי געענטפערט: ווען דער קעניג וועט איינשטימען, זאל מען די יידן פון שושן אויך מארגן דערלויבן צו טאן ווי היינט, און די קערפּער פון המנ'ס צען זין, זאל מען הענגען.
יד. האט דער קעניג געזאגט: אז עס קען אזוי זיין. און מען האט דעם באפעל באקנט געמאכט אין שושן, און המנ'ס צען זין האט מען אויפגעהאנגען.
טו. דרום (= דעריבער) האבן זיך די יידן פון שושן פארזאמעלט דעם פערצנטן אדר, און האבן געהרגעט נאך דריי הונדערט מאן, אבער זייער פארמעגן האבן זיי נישט גערירט.
טז. אבער די יידן פון די איבעריקע לענדער פון דעם קעניג האבן זיך פארזאמעלט צו פארטיידיקן זייער לעבן, און צו שאפן זיך רוען פון זייערע פיינד[5], וועלכע זיי האבן געהרגעט, פינף און זיבעציק טויזנט, און זייער פארמעגן האבן זיי נישט גערירט.
יז. נאר אין דעם דרייצנטן טאג אדר, און גערוט האבן זיי אין פערצנטן אדר, און דעם טאג האבן זיי געמאכט א פייער טאג פון פרייד.
יח. און די יידן פון שושן האבן זיך געזאמעלט צו שטרייטן (= מלחמה האלטן, קעמפן[6]), דעם דרייצנטן און פערצנטן טאג, און האבן גערוט דעם פופצנטן, און דערפאר האבן זיי דעם טאג געמאכט פאר א יום טוב פון פרייד.
יט. דערפאר נאר די יידן וואס וואוינען אין אפענע שטעט מאכן דעם פערצנטן טאג פאר א פייער טאג פון פרייד און וואויל לעבן, אין וועלכע זיי שיקן געשאנקען א פריינד דעם צווייטן.
כ. מרדכי האט די אלע זאכן וואס האט פּאסירט אנגעשריבן, און האט געשיקט בריוו צו אלע יידן וואס האבן זיך געפונען אין די לענדער פון אחשורוש'ן צו די ווייטע און נאנטע.
כא. צו נעמען אויף זיך אז מען זאל דעם פערצנטן טאג, און דעם פופצנטן טאג פון אדר, יעדעס יאר, מאכן א יום טוב.
כב. אזוי ווי אין די טעג האבן די יידן רו באקומען פון זייערע פיינד, און דער מאנאט איז זיי פארקערט געווארן פון קומער (= דאגה, טרויערקייט) צו פרייד, און פון טרויער צו א פייער טאג, זאל מען די טעג באשטימען צו מאכן מאלצייטן און זיך פרייען, און מען זאל שיקן געשאנקן א פריינד צום צווייטן, און מען זאל טיילן ארעמעלייט צדקה.
כג. און די יידן האבן אויף זיך גענומען צו מאכן אלע יאר פורים, ווי זיי האבן עס געמאכט דאס ערשטע יאר אליין, און ווי מרדכי האט זיי יעצט געהייסן.
כד. דען המן דער יידן פיינד האט באשלאסן אלע יידן אומצוברענגען, און האט דרום (= דעריבער) געווארפן גורל אין וועלכער טאג זיי צו הרגענען.
כה. און נאר אז די קעניגן איז געקומען בעטן פארן קעניג, האט ער באשלאסן נישט קוקנדיק אויף דעם ערשטן ברוו, אז אויף המנ'ס קאפּ זאל צוריקפאלן זיין בייזער באשלוס וואס ער האט געפאסט (= גקלערט, געטראכט) געגן די יידן, און מען האט אים און זיינע קינדער געהאנגען.
כו. דערפאר האט מען די טעג א נאמען געגעבן פּורים, צוליב דעם גורל וואס המן האט געווארפן, און וועלכער הייסט פּור, און צוליב די אלע זאכן וואס אין דער מגילה שטייט וועלכע האבן פּאסירט, און פון וועלכע זיי האבן געזען די געטליכקייט אין דעם אומגליק, און וואס א וואונדערלעכע רעטונג זיי האבן געהאט צום סוף.
כז. האבן די יידן באשלאסן צו נעמען אויף זיך, אויף זייערע קינדער, און אויף אלע וואס וועלן זיך מגייר זיין, פאר א געזעץ, אז די צויי טעג ווי עס שטייט געשריבן, אין דער זעלבער צייט פון יאר צו יאר, זאל מען מאכן פּורים.
כח. און די טעג פון פורים, ווערן נאך געדענקט און געמאכט אין יעדן דור, אונטער יעדן פאלק וואו די יידן זענען[7], אין יעדן לאנד, אין יעדער שטאט, און די טעג פון פורים וועלן נישט בטל ווערן ביי יידן, און זייער אנדענקען וועט נישט פארגעסן ווערן פון זייערע קינד'ס קינדער. (ס)

כט. דען די קעניגן אסתר, די טאכטער פון אבחיל און דער ייד מרדכי, האבן אלע זייערע קרעפטן אנגעווענדט, אז די יידן זאלן האלטן דעם יום טוב פון פּורים וועלכן זיי האבן נאך א מאל באשריבן[8].
ל. און מרדכי האט געשיקט בריוו צו אלע יידן פון הונדערט זיבן און צוואנציק אחשורוש'ס פּראווינצן, ווערטער פון פרידן און וואָרהייט (= אמת).
לא. אז מען זאל האלטן פּורים אין דער זעלבער צייט ווי מרדכי און די קעניגן אסתר האבן זיי שוין איינמאל באפוילן, און אזוי ווי זיי האבן שוין זיך גענומען די טעג פון פאסטן און געבעט.
לב. דורך אסתר'ס קעניגלעכן ווארט, איז פורים באשטעטיקט געווארן, און די מגילת אסתר אין אריינגענומען געווארן אין די כתבי הקודש. (ס)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. און וועלכער איז פארקערט געווארן, אז די יידן זאלן קענען געוועלטיקן איבער זייערע פיינד. אין פסוק שייט ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם, און דער טייטש פון אשר איז שֶ, אויף ייידש אז, ווי ער שרייב אז די יידן וכו', און דער טייטש דארף זיין און איז פארקערט געווארן, אז די יידן זאלן קענען געוועלטיקן איבער זייערע פיינד. און דאס ווארט וועלעכער איז איבעריק.
  2. איינגעהענטיק, זיך אפּרעכענען: אין פסוק שטייט לשלוח יד במבקשי נפשם. די ווערטער לשלוח יד, איז אן אויסדרוק וואס האט א סאך ביידייטונגען, איינער פון זיי וואס באלאנגט צו אונזער פסוק איז, נקמה נעמען. אז די יידן האבן זיך איינגעזאמלט נקמה צו נעמען פון די גויים. און דער בית יהודה טייטש: צוויי טייטשן, א. איינגעהענטיק, מלשון האנט, ב. זיך אפּרעכענען. דער צווייטער טייטש איז א גענוצטער יידיש, און דער ערשטער טייטש אין אן אומגענוצטער יידיש.
  3. באאמטער איז לשון יחיד, און אין רבים ס'דא וואס זאגן באאמטערס, און ס'דא וואס זאגן באאמטע.
  4. רעזידענץ-שטאט = די שטאט פון דער רעגירונג, וואו וואוינט דעם קעניג, און די אלע חשובע מיניסטארן.
  5. און צו שאפן זיך רוען פון זייערע פיינד. אין פסוק שטייט ונוח מאויביהם, און דער טייטש דארף זיין און זיך רוען פון זייערע פיינד, און די ווערטער שאפן זיך, איז איבעריק.
  6. שטרייטן איז א ווארט אין דייטש Streiten. = קעמפן, קריגן, מלחמה האלטן.
  7. אונטער יעדן פאלק וואו די יידן זענען. דאס איז א טייטש פון די ווערטער משפחה ומשפחה, דער פשוטער פשט איז: אז יעדע משפחה האט זיך געזאמלט און געמאכט פורים, און דער וואס בית יהודה טייטש אז די יידן האבן געמאכט פורים אונטער יעדן פאלק וואו די יידן זענען גייט נישט אריין אין די ווערטער.
  8. הערה וואס שטייט אין חומש בית יהודה: דער אבן עזרא שרייבט אז די יידן האבן עטלעכע יאר געהאלטן דעם יו"ט, און האבן אויפגעהערט, האט מרדכי געבעט נאך אמאל שרייבן מיט אסתר'ן, דען זי איז דאך געווען א קעניגן וועט מען פאר איר מורא האבן. נאר די יידן זאלן זיך נישט שרעקן אז מען וועט זיי באשטראפן, האט מרדכי געשיקט (אין דעם אנדערן פסוק) דברי שלום. נאר זיי זאלן וויסן דעם ואמת, אז זיי זענען מחויב צו האלטן פורים.