לדלג לתוכן

חומש בית יהודה אסתר ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שיר השירים פרק א ב ג ד ה ו ז ח - רות פרק א ב ג ד - איכה פרק א ב ג ד ה - קהלת פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב - אסתר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י    

א. נאך דעם אז דער באל האט זיך געענדיקט און אז דעם קעניגס צארן האט זיך שוין געהאט איינגעשטילט, האט ער זיך דערמאנט אָן (= אין) ושתי, און אין וואס איז בשטאנען איר פארברעכן, און אויף וואס מען האט איר פאראורטיילט.
ב. האבן די קעניגס באדינטע (= באדינערס[1]) צו אים געזאגט: זאל מען זוכן פאר דעם קעניג שיינע יונג-פרויען.
ג. און דער קעניג זאל באשטימען באאמטע (= באאמטערס[2]) וואס זאלן זאמלען אלע שיינע יונגע מיידלעך נאך די רעזידענץ-שטאט[3] שושן, און מען זאל זיי איבערגעבן אין דעם פרויען הויז וואס ווערט געהיט דורך דיין לייב באאמטער הגא, דער פרויען היטער, און מען זאל יעדערע געבן פּאָרפומען[4].
ד. און די יונג-פרוי וואס וועט פון זיי געפעלן דעם קעניג, זאל קעניגן אנשטאט ושתי'ן, דעם קעניג איז די זאך געפעלן, און ער האט אזוי געטאן. (ס)

ה. עס איז געווען א ייד אין די הויפּט-שטאט שושן, וועלכער האט געהייסן מרדכי, דער זון פון יאיר, דאס אייניקל פון שמעי, דאס אוראייניקל פון קיש, פון שבט בנימין.
ו. וועלכער איז פארטריבן געווארן פון ירושלים צוזאמען מיט די פארטריבענע יידן צוזאמען מיט יכניה דער קעניג פן יהודה, וועלכע האט פארטריבן נבוכדנצר דער קעניג פון בבל.
ז. דער מרדכי האט דערצויגן הדס'ן וועלכע ווערט גערופן אסתר, זי געווען זיין פעטערס טאכטער, דען זי האט נישט געהאט קיין פאטער און קיין מוטער, און אז אירע עלטרן זיינען איר אפּגעשטארבן, האט איר מרדכי צוגענומען, און דערצויגן ווי א טאכטער.
ח. און אז עס געווארן דעם קעניגס באפעל, און א מען האט גענועמן איינזאמלען פיל יונג-פרויען נאך די הויפּט-שטאט שושן צו הגא'ן, איז אסתר אויך גענומען געווארן אין קעניגס הארעם[5], איבער וועלכן דער אויפזעער געווען הגי.
ט. די יונג-פרוי אסתר איז הגא'ן געפעלן געווארן, און זי האט ביי אים אויסגענומען (= געפעלן) אזוי ווייט, אז ער האט געאיילט איר אפּצוגעבן איר פּארפומען און געשאנקן, און האט איר געגבן זיבן דינסטמיידן, וואס איר האט געקומען לויט די ארדנונג פון קעניגלעכן הויז, און ער האט איר לאגע און די לאגע פון אירע דינסטמיידן פיל מער ווי די אנדערע פרויען וואס געווען אין הארעם.
י. אסתר האט קיינעם נישט אויסגעזאגט, נישט איר פאלק, און נישט פון וועמען שטאמט זי, דען מרדכי האט איר פארזאגט, זי זאל נישט זאגן.
יא. און יעדער טאג פלעגט מרדכי פארבייגיין פאר דעם הויף פון הארעם, אום (= כדי) צו וויסן וואס אסתר מאכט, און וואס וועט מיט איר ווערן.
יב. און אז עס פלעגט קומען די צייט פון א יונג פרוי צו קומען פארן קייזער אחשורוש, נאך דעם ווי עס זענען אריבער די געזעצלעכע צוועלף מאנאטן, דען אזוי לאנג פלעג געדויערן זייער רייניקן, זעקס מאנאטן פלגט מען זיי שמירן מיט פּיזעם אייל, און זעקס מאנאטן מיט געווירץ, און מיט אנדערע פרויען מיטלען.
יג. און זא[6] (= אזוי) גערייניקט פלעגט די יונג פרוי קומען צום קעניג, אלעס וואס די יונג פרוי האט פארלאנגט האט מען איר מיט געגעבן פון הארעם ביז זי איז געקומען אין קעניגלעכן שלאס.
יד. פארנאכט פלעגט זי קומען צום קעניג, און אויף מארגן פלעגט זי זיך אומקערן אין דעם צווייטן הארעם וואס איז געווען אונטער דעם אויפזיכט פון א צווייטן קעניגלעכן באאמטער שעשגז, דער לייב באאמטער פון דעם קיניג, דער וועכטער פון די קעפּס פרויען, זי פלעגט שוין אבער מער צום קעניג נישט קומען, נאר אז דער קעניג פלעגט פארלאנגט א מאל זי זאל קומען, פלעגט מען איר רופן ביי דעם נאמען.
טו. און אז עס איז געקומען די צייט פון אסתר די טאכטער פון אביחיל, מרדכי'ס פעטער, צו קומען פארן קעניג, האט זי קיין זאך נישט פארלאנגט אליין, בלויז וואס הגי דער פרויען וועכטער האט איר געגעבן, האט זי גענומען, און פון דעסטוועגן איז אסתר אלעמען געפעלן, ווער עס האט נאר אויף איר א קוק געגעבן.
טז. אסתר איז גענומען געווארן צום קעניג אחשורוש, אין דעם צענטן מאנאט דאס איז טבת, אין דעם זיבטן יאר פון זיי קעניגן.
יז. דער קעניג האט אסתר'ן ליב געקראגן, מער פון אלע יונג פרויען.
יח. דער קעניג האט געמאכט א גרויסן באל פאר אלע זיינע גרויסע און קליינע באאמטע (= באאמטערס[7]), דער באל האט געהייסן אסתר'ס באל, און ער האט געשענקט פּאדאטקעס (= שטייערן, צינדזן) פיל לענדער, און האט פאנאנדערגעטיילט געשאנקן ווי עס פּאסט פאר א קעניג.
יט. און אז מען האט איינגעזאמעלט נאך פרויען, און מרדכי איז געזעסן אין טויער פון קעניגלעכן הויף.
כ. האט אסתר דאך נישט אויסגעזאגט, נישט איר געבורט[8], נישט איר פאלק, דען אזוי האט איר מרדכי'ס פארזאגט. און מרדכי'ס פארזאג האט אסתר געהיט, פּונקט אזוי ווי אין דער צייט וואס ער האט איר דערצויגן. (ס)

כא. און יענער צייט ווען מרדכי איז געזעסן אין טויער פון קעניגלעכן הויף האבן געצערנט צוויי פון דעם קעניג באדינטע (= באדינערס[9]), בגתן ותרש, וואס זענען געשטאנען אויף דער וואַך ביי דעם קייזער'ס טיר, און האבן געוואלט טייטן דעם קעניג.
כב. איז די זאך דערוואוסט געווארן צו מרדכי'ן, האט ער דאס צווויסן געגעבן (= געלאזט וויסן) די קעניגן אסתר, האט דאס אסתר איבערגעגעבן דעם קעניג, אין מרדכי'ס נאמען.
כג. די זאך איך אונטערזוכט געווארן, און מען האט געפונען אז עס איז געווען ריכטיק, האט מען זיי אויפגעהאנגען, און די זאך איז פארשריבן געווארן אין דעם קעניג'ס טעג-בוך.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. ס'דא וואס זאגן אין יחיד באדינטער, און אין רבים באדינטע. און ס'דא וואס זאגן אין יחיד באדינער, און אין רבים באדינערס.
  2. באאמטער איז לשון יחיד, און אין רבים ס'דא וואס זאגן באאמטערס, און ס'דא וואס זאגן באאמטע.
  3. רעזידענץ-שטאט = די שטאט פון דער רעגירונג, וואו וואוינט דעם קעניג, און די אלע חשובע מיניסטארן.
  4. פּאָרפומען = בשמים.
  5. הארעם = הרמון (מיט ה', נישט ארמון מיט א') = בית הנשים = א פּאלאץ אדער פּלאץ וואו דער קעניג אדער רייכע מענטשן פעלגן בויען פאר זייערע ווייבער.
  6. זא: שטאמט פון דייטש So = אזוי.
  7. באאמטער איז לשון יחיד, און אין רבים ס'דא וואס זאגן באאמטערס, און ס'דא וואס זאגן באאמטע.
  8. נישט איר געבורט: דהיינו דער פּלאץ וואו זי איז געבארן געווארן = דער פּלאץ פון וואנען זי שטאמט.
  9. גיב א קוק אין פסוק ב.