לדלג לתוכן

חומש בית יהודה אסתר ז

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שיר השירים פרק א ב ג ד ה ו ז ח - רות פרק א ב ג ד - איכה פרק א ב ג ד ה - קהלת פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב - אסתר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י    

א. דער קעניג און המן זיינען געקומען מיט שפּייזן (= מיט עסן) מיט דער קעניגן אסתר.
ב. און דער קעניג זאגט אויף דעם צווייטן טאג ווידער ביי טרינקען דעם וויין צו אסתר: אין וואס בשטייט דיין וואונטש קעניגן אסתר, און עס זאל געגעבן ווערן, און אין וואס בשטייט דיין ביטע, זאָגאַר (= אפילו) א האלב קעניגרייך וועט עס אויך דערפילט ווערן.
ג. האט די קעניגן אסתר געעטפערט: אויב איך האב געפונען גונסט[1] (= חסד = גענאד) אין דיינע אויגן, און אויב דער קעניג וועט באשטימען, זאל מען מיר מיין לעבן אויף מיין ביטע שענקען, און מיין פאלק'ס לעבן אויף מיין וואונטש.
ד. דען איך מיט מיין פאלק זיינען פארקויפט געווארן צום אויסראטונג, פארניכטונג, און פארטיליקונג, און ווען מען וואלט אונז נאר פארקנעכט און שקלאפירן פארקויפט וואלט איך געשוויגן[2], דען דער רעכענדער פיינד[3] ליידט נישט דעם קייזער'ס שאָדן[4]. (ס)

ה. האט דער קעניג אחשורוש העפטיק אויסגערופן: ווער איז דער און וואו איז דער מאן וועלכער האט געוואגט אזוינס צו טאן.
ו. האט אסתר געענטפערט: דער גרוימזאמער או רעכענדער פיינד איז דער געמיינער (= פּראסטער, גראבער, נידעדטרעכטיק, נִבְזֶה[5]) המן. און המן איז דערציטערט געווארן פאָרכטענד (= פארכטיק) פארן כעס פון קעניג און פון דער קעניגן.
ז. און דער קעניג איז מיט גרויס צארן אויפגעשטאנען פון דעם מאלצייט וויין, און איז אריין אין שלאס גארטן, און המן איז געבליבן אום אויסצובעטן מען זאל אים דאס לעבן שענקען, דען ער האט פארשטאנען דאס פון קעניג'ס זיין איז שוין זיין אומגליק באשלאסן.
ח. און דער קעניג האט זיך צוריק אין שפּייזזאל אומגעקעט, הערש המן פאלט אויף דער סאָפע אויף וועלכן אסתר איז געזעסן, האט זיך דער קעניג אפּגערופן, ווילסטו די קעניגן זאגאר (= אפילו) אין מיין הויז געוואלט אנטאן[6], ווי נאר דאס ווארט איז פון קעניג'ס מויל ארוס, האט המנ'ס געזיכט באדעקט.
ט. האט זיך איינער פון דעם קעניג'ס באדינטע מיטן נאמען חרבונה אפּגערופן: אזוי אז דער קעניג האט עס געקענט הערן, עס שטייט נאך גרייט דער גאַלגאַן[7] (= הענג זייל) אויף וועלכן המן האט געוואלט אויפהענגען מרדכי'ן דעם קעניג'ס רעטער ביי אים אין הויז, פופציק איילן די הויך, האט דער קעניג געזאגט הענגט המנ'ען אויף אים.
י. האט מען המנ'ען אויפגעהאנגען אויף דעם זעלבן גאַלגאַן (= הענג זייל) וועלכן ער האט אנגעגרייט פאר מאדכי'ן, דאן איז דעם קעניג'ס צארן געשטילט געווארן. (ס)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. שטאמט פון דייטש Gunts.
  2. ווען מען וואלט אונז נאר פארקנעכט און שקלאפירן פארקויפט וואלט איך געשוויגן: אין פסוק שטייט: ואלו לעבדים ולשפחות נמכרנו החרשתי, דער ריכטיקער טייטש איז ווען מען וואלט אונז פארקויפט צו קנעכט און דינסטמיידן וואלט איך געשוויגן. און זיין טייטש איז צ"ע.
  3. רעכענדער פיינד: ער וויל דערקלערן וואס איז דער חילוק צווישן אויב און צר. אויב איז פיינד, און צר איז רעכענדער פיינד.
  4. דען דער רעכענדער פיינד ליידט נישט דעם קייזער'ס שאדן: לכאורה דער טייטש איז: דען צו דער רעכנענדער פיינט הארט נישט דעם קייזער'ס שאָדן. און זיין טייטש ליידט נישט דעם קייזער'ס שאָדן, איז פארקערט פון דעם פּשט, ווייל ליידט נישט דעם קייזער'ס שאדן מיינט אז ער קען נישט ליידן אז דער קייזער האט שאָדן, און אסתר האט געזאגט פארקערט אז ס'הארט אים נישט דעם קייזער'ס שאָדן. וצ"ע.
  5. דער ריכטיקער פשט פון המן הרע הזה איז: דער שלעכטער המן, און נישט ווי זיין טייטש.
  6. געוואלט אנטאן: ער מיינט געוואלט אנטאן א מעשה מיט אסתר, דהיינו מאנס זיין אסתר'ן, ווי שטייט אין רש"י.
  7. גאַלגאַן: שטאמט פון דיישט Galgen.