א. עס איז געווען אין די טעג פון אחשורוש, וואס האט געקיניגט פון אינדיען ביז עפעאפּיען (= עטיאָפּיע), איבער הונדערט און צוואנציק לענדער.
ב. אין יענער צייט אז דער קיניג אחשורוש האט זיך פעסט באזעצט אויף זיין טראן, וואס איז אין דער הויפּט שטאט שושן.
ג. ווען דאס איז געווען: אין דעם דריטן יאר פון זיין קעניגן, האט ער געמאכט א באל פאר אלע זיינע גרויסע און קליינע באאמאטע (= באאמטערס[1]), פאר די פערסישע און מאדישע ארמייען, און די פירשטן און גובערנאטארן, זענען געזעסן פאראויס.
ד. ער האט זיי געוויזן די אומגעהײַער גרויסע רייכקייט פון זיין קיניגרייך, און די ערלעכע שיינקייט פון זיין אייגענע רייכקייט, דאס האט געדויערט א סאך טעג, הונדערט אכציק טאג.
ה. אז די טעג האבן זיך געענדיקט, האט דער קיניג געמאכט א באל פאר אלע איינוואוינער פון שושן, פון קליין ביז גרויס, דער באל האט געדויערט זיבן טעג, און ער געווען אין דעם הויף פון קעניגס שפּאציר-גארטן.
ו. אונטער פארהאנגען פון טייערע זיידענע און בלוי וואלענע צייג, וואס האבן זיך געהאלטן אויף לייענע און פּורפּור וואלענע שטריק, וועלכע זענען געועען אנגעטאן אויף זילבערנע זיילן, און אויף מארמארענע זיילן. און אויף גאלדענע און זילבערנע בעטלעך האט ער זיי געזעצט, און די ערד אונטער זיי איז געווען אויסגעפלאסטערט מיט טייערע איידלע שטיינער.
ז. צו טרינקען האט מען דערלאנגט אין פאשידענע גאלדענע געשיר, און די קעניגלעכע געטראנקען געווען פיל ווי עס פּאסט פאר א קעניג.
ח. און דאס טרינקען געווען ווי דער געזעץ, וואס אחשורוש האט געגעבן, אז מען זאל קיינעם נישט נייטן, דען אזוי האט דער קעניג באפוילן אלע זיינע עלטסטע באדינטע (= באדינערס[2]), מען זאל טאן דעם ווילן פון יעדערן, יעדערער זאל טרינקען וויפיל ער וויל. (ס)
ט. די קעניגן ושתי האט אויך געמאכט א באל פאר פרויען, אין דעם קעניגלעכן שלאס, וואס האט געקערט (= געהערט) אחשורוש'ן.
י. אויף דעם זיבעטן טאג, אז דער קעניג געווען גוט בארוישט[3] (= אנגעשיכּורט) פון דעם וויין, האט ער באפוילט זיינע זיבן לייב-באדינטע.
יא. אריינברענגען די קעניגן ושתי צו אים אנגעטאן אין דער קעניגלעכער קרוין, צו ווייזן אלע פאשידענע פעלקער וואס געווען אויף דעם באל און אלע פירשטן איר שיינקייט, דען זי איז געווען זייער שיין.
יב. די קעניגן ושתי האט נישט געוואלט קומען ווי דער קעניג האט באפוילן דורך די לייב-באדינטע, איז דער קעניג בייז געווארן און זיין צארן האט געברענט אין אים. (ס)
יג. האט דער קעניג געזאגט צו זיינע קלוגע סענאטארן, דען אזוי איז געווען איינגעפירט אז דער קעניג פלעגט דארפן ריכטן, פלעגט ער זיך באראטן מיטן סענאט און יוסטיץ מיניסטער.
יד. און דער יוסטיץ מיניסטער ראט-געבער וואס זענען ביי אים נאענט געווען זיינען געווען כרשנא, שתר, אדמתא, תרשיש, מרס, מרסנא, ממוכן, זיבן באאמטע פון פרס און מדי, וואס האבן שטענדיק דערלאנגט זיין דעקלעראציע, זיי האבן פארנומען דעם ערשטן ארט אין קעניגרייך.
טו. וואס קומט געזעצלעך די קעניגן ושתי, דאפיר (= וועגן דעם) וואס זי האט נישט דערפילט דעם קעניגס באפעל, דורך די לייב-באדינטע. (ס)
טז. האט זיך ממוכן אפּגערופן צום קעניג און צו די באאמטע: נישט נאר פארן קעניג האט זיך זי פארזינדיקט, נאר פאר אלע פארשטייער פון פארשידענע פעלקער פון דיין קעניגרייך וואס געפינען זיך דא.
יז. דען די קעניגנס ביישפיל וועט דינען אלע פרויען צו פאראכטן זייערע מענער אפענטלעך, דען זיי וועלן זאגן: דער קעניג אחשורוש האט באפוילן די קעניגן ושתי זי זאל קומען צו אים, און זי איז נישט געקומען.
יח. וועלן פון יעצט אן זאגן די פירשטלעכע פרויען פון פרס און מדי וועלכע האבן געהערט ווי די קעניגן האט נישט געפאלגט דעם קעניג, אז זיי דארפן צו זייערע מענער אויך נישט זיין געהארכזאם (= פאלגנדיק), און דאס וועט אנמאכן גענוג שאנדע די מענער, און עס וועט ארויסקומען גענוג קריג.
יט. אויב דער קעניג וועט געפעלן מיין אורטייל, זאל ער ארויסגעבן אן אוקאז (= באפעל), וועלכע זאל איינגעשריבן ווערן אין די געזעץ ביכער פון פרס און מדי, אלס געזעץ, וועלכן מען טאר נישט אוממאכן, דאפיר (= וועגן דעם) די קעניגן ושתי איז נישט געקומען צום קעניג אחשורוש זאל מען איר קעניגלעכע טראן אוועקגעגעבן אן אנדער פרוי וועלכע איז בעסער און געהרכזאמער (= פאלגנדיקער) פון איר.
כ. און אז מען וועט דעם קעניגס געזעץ דערהערן אין דער גאנצער מדינה, אז ער איז זייער וויכטיק, וועלן אלע פרויען אליין שעצן און ערלעך האלטן זייערע מענער, פון גרויס ביז קליין.
כא. דער קעניג און די איבעריקע באאמטע זיינען ממוכן רייד געפעלן געווארן, און ער האט אזוי געטאן.
כב. ער האט פאנאנדערגעשיקט צירקוליארן (= ציקולארן = בריוו) אין אלע לענדער פון זיין קעניגרייך, פאר יעדן לאנד איז דער צירקוליארן געווען געשריבן מיט איר שריפט, און פאר יעדן פאלק אין זיין מוטער שפּראך, אז דער מאן זאל זיין דער הער פון שטוב, און ווען א מאן האט א פרוי פון אן אנדער פאלק, זאל ער רעדן אויף זיין שפּראך נישט אויף אירע. (ס)
|