לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קיט

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קיג כבוד אב ואם - סימן קיד כבוד רבו, תלמיד חכם, און א כהן - סימן קטו דיני חתן וכלה - סימן קטז מנהגי החופה - סימן קיז שבע ברכות - סימן קיח מילה - סימן קיט פדיון הבן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קיט דינים פון פדיון הבן. אנטהאלט אכט סעיפים.

א. ווען א פאטער האט א בן זכר וואס ער איז ביי זיין ווייב די מוטער א בכור, דאס זי האט נאך פאר אים נישט געהאט קיין קינדער, כאטשע דער פאטער האט שוין געהאט קינדער פון אן אנדער ווייב, מוז ער תיכף ווען עס קומט דעם איין און דרייסיקסטן טאג פון געבורט, דעם בן זכר אויסלייזן פאר פינף זילבערנע רובל[1], אדער זאל געבן דעם כהן א משכון, א חפץ, אויף דעם געלט, נישט קיין וועקסל אדער פּאפּירענע מטבעות.

ב. ווען די אשה האט מפיל געווען פאר דעם בכור, זאל מען מאכן א שאלת חכם אויב מען דארף עס אויסלייזן.

ג. ווען מען זאגט צו א כהן דאס ער וועט אים נעמען צו א פדיון הבן, זאל מען דערנאך נישט צו זאגן קיין (= צו) אן אנדער כהן.

ד. מען איז זיך נוהג צו מאכן דעם פדיון הבן ביי טאג. און שבת ויום טוב מאכט מען נישט קיין פדיון הבן. נאר אזוי באלד דער איין און דרייסיקסטער טאג קומט אויס אין שבת אדער אום (= אין) יום טוב, און באלד צומארגנס איז א תענית, דען זאל ער מאכן דעם פדיון הבן מוצאי שבת אדער מוצאי יום טוב ביי נאכט. ווען אבער דאס נאך שבת ויום טוב איז נישט קיין תענית, זאל מען מאכן זונטיק אדער אסרו חג ביי טאג.

ה. ווען דער פאטער איז א כהן אדער א לוי, אדער די מוטער איז א בת כבן ולוי, כאטשע דער פאטער איז א ישראל, דארף מען דעם זון נישט אויסלייזן. ווען אבער די בת כהנת איז א חללה, מוז מען דאס קינד יא אויסלייזן.

די כלים פדיון הבן: א זילבערנע טאץ, וויין-בעכער פאר דער ברכה, ומטבעות פאר פדיון הבן

ו. דער סדר פון פדיון הבן איז: דער פאטער נעמט דאס קינד, און ווייזט עס דעם כהן, און זאגט אים: אז דאס קינד איז א געוויסער בכור. און נאך דעם נעמט דעם פאטער פינף זילבערנע טאלער אדער א חפץ וואס איז ווערט פינף טאלער, און לייגט אנידער מיט דעם קינד פאר דעם כהן, און זאגט די ווערטער: "זה בני בכורי", אזוי ווי שטייט אין סידור. דער נאך פרעגט דער כהן דעם פאטער: "מאי בעית טפי", און דער פאטער ענטפערט: "חפץ אני לפדות את בני", און דער פאטער נעמט דאס געלט אין דער האנט אריין, און מאכט די ברכה "אשר קדשנו במצותיו וצונו על פדיון הבן", אויך "שהחיינו", און תיכף נאך די ברכות גיט ער דאס געלט אדער דאס חפץ דעם כהן, און דער כהן נעמט דאס געלט און פירט עס איבער דעם קינדס קאפ, און זאגט: "זה תחת זה", און דער נאך לייגט דעם כהן די האנט ארויף אויף דעם קינדס קעפל, און בענטש עס אזוי ווי עס שטייט אין סידור, און דער כהן מאכט א ברכה איבער א כוס.
און ווען דער כוס איז מיט וויין מאכט מען דעם פדיון תיכף נאך דער המוציא, ווען אבער מען האט נישט קיין וויין, דאס דער כוס איז מיט אן אנדער משקה, זאל מען מאכן דעם פדיון פאר דעם וואשן, דען נאך דעם וואשן אין מיטן סעודה וועט דאך דער כהן נישט קענען מאכן קיין ברכה איבער א כוס משקה.

ז. דער פאטער מוז געבן דעם כהן די פינף טאלער מיט דעם גאנצן הארצן, און דער כהן נעמט דאס (פאר) זיך צו, און טוט דערמיט וואס ער וויל. נאר אז דער פאטער איז אן ארעמאן קען דער כהן אז ער וויל נאך דעם פדיון דעם פאטער דאס געלט צוריק שענקען.

ח. דער רעכטער חיוב פון אויסלייזן איז אויף דעם פאטער, און דער פאטער קען אים אויסלייזן אפילו אונטערוועגנס. נאר אז דער בכור האט נישט קיין פאטער איז אים בית דין מחויב אויסצולייזן. ווען אבער נישט דאס בית דין האט אים אויסגעלייזט, מוז דער נאך דער בכור ווען ער ווערט גרויס, זיך אליין אויסלייזן, און מאכט די ברכה "על פדיון בכור ושהחיינו".

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אין קיצור שולחן ערוך פון ר' דוד פעלדמאן ווערט געבראכט וברוסלאנד היו נוהגים לתת 5 רובל כסף, וכל רובל היה מחזיק כסף צרוף 18 גראם, והוא עולה לחשבון 90 גראם עכ"ל. ולמעשה היינט פירט מען זיך צו געבן 96 גראם לויט דעם חשבון אז אין שעורה געפינט זיך 0.05 גראם, און דער חשבון קומט ארויס ווי די פאלגנדיק טאבעלע:
    שם המידה פרוטה איסר פונדיון מעה טרעפיק דינר שקל סלע דרכון מנה שעורים גרמים
    פרוטה 1 0.125 0.063 0.031 0.010 0.006 0.003 0.001 7.72 x10-4 6.17 x10-5 0.5 0.025
    איסר 8 1 0.5 0.25 0.083 0.019 0.009 0.005 0.002 1.85 x10-4 4 0.2
    פונדיון 16 2 1 0.5 0.167 0.056 0.028 0.014 0.007 5.56 x10-4 8 0.4
    מעה, גרה 32 4 2 1 0.333 0.167 0.083 0.042 0.021 0.002 16 0.8
    טרעפיק, איסתרא, רבעת 96 12 6 3 1 0.5 0.25 0.125 0.063 0.005 48 2.4
    דינר, (זוז) 192 24 12 6 2 1 0.5 0.25 0.125 0.01 96 4.8
    שקל (לשון חז"ל), בקע (לשון תורה) 384 48 24 12 4 2 1 0.5 0.25 0.02 192 9.6
    סלע (לשון חז"ל), שקל הקודש (לשון תורה) 768 96 48 24 8 4 2 1 0.5 0.04 384 19.2
    דרכון 1536 192 96 48 16 8 4 2 1 0.08 768 38.4
    מנה 19200 2400 1200 600 200 100 50 25 12.5 1 9600 480
    .