קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קטז

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות - סימן קיג כבוד אב ואם - סימן קיד כבוד רבו, תלמיד חכם, און א כהן - סימן קטו דיני חתן וכלה - סימן קטז מנהגי החופה - סימן קיז שבע ברכות - סימן קיח מילה - סימן קיט פדיון הבן


קיצור קטז.gif

(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קטז סדר החופה (דינים און מנהגים פון דער חופה. אנטהאלט זעקס סעיפים.

א. עס איז א מנהג דאס עלטערן אויך קרובים בענטשן די חתן כלה פאר דער חופה. עס איז אויך א מנהג, דער חתן זאל אנטאן א קיטל בכדי דאס ער זאל אין זיין גרעסטע שמחה זיך דערמאנען אין טויט, דאס נישט אייביק לעבט מען, און דאס ער וועט מוזן אפּגעבן דין וחשבון אויף זיינע מעשים, דרום (= דעריבער) זאל ער אויף זיך מקבל זיין זיך גוט אויפצופירן.

ב. די חופה שטעלט מען אונטערן פרייען הימל. און די אונטערפירערס שטעלן דעם חתן מיט דעם פנים צו מזרח זייט. און די כלה פירט מען ארום דעם חתן זיבן מאל, און דערנאך שטעלט מען זי ביי דער רעכטער האנט[1] פון חתן. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) די כלה איז א נדה, איז רעכט דעם חתן דאס מודיע צו זיין[2] פאר דער חופה.

ג. דאס טבעת קידושין מוז זיין א גלאטיק פינגרל אן א שטיינדל, אויך אן אויסגעקריצטע אותיות.

ד. אונטער די חופה מאכט דער וואס מען איז מכבד בברכה ראשונה "בורא פרי הגפן," און אשר קדשנו במצותיו וצונו על העריות, און די חתן כלה טרינקען פון דעם כוס. און דערנאך איז דער חתן מקדש די כלה מיט דעם פינגרל, און מען ליינט די כתובה. און דערנאך זאגט מען שבע ברכות, איבער א צווייטן כוס, און מען גיט אים אויך אויסצוטרינקען חתן כלה.

ה. די רעכטע חופה הייסט דאס וואס מען פירט חתן כלה נאך דער חופה אין א באזונדערן שטיבל צו געבן זיי עסן. דען דארף מען זען אליין זיי לאזן א פאר מינוט, נישט קיינעם אריינצולאזן. סיידן ווען די כלה איז א נדה, דען דארף ווער (= עמעצן) אריין און ארויסגיין[3].

ו. ווען מען מאכט פרייטיק די חופה, מוז מען זען חתן כלה אליין צו לאזן אין א באזונדערן שטיבל נאך דער חופה, איידער עס ווערט שבת.


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. דהיינו: ביי דער רעכטער זייט.
  2. איז רעכט דעם חתן דאס מודיע צו זיין = איז רעכט דאס מען מודיע זיין דעם חתן.
  3. ווייל טאר זיך נישט מייחד מיט זיין פרוי ווען זי איז נדה פאר ביאה ראשונה.