קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קיג

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות - סימן קיג כבוד אב ואם - סימן קיד כבוד רבו, תלמיד חכם, און א כהן - סימן קטו דיני חתן וכלה - סימן קטז מנהגי החופה - סימן קיז שבע ברכות - סימן קיח מילה - סימן קיט פדיון הבן


קיצור קיג.gif

(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קיג דינים פון כיבוד אב ואם (ערלעך צו האלטן פאטער און מוטער). אנטהאלט ניין סעיפים.

עס שטייט אין דער תורה "כבד את אביך ואת אמך", דאס מען מוז עלטערן כבוד אנטאן (= טאן)[1], אויך שטייט "איש אביו ואמו תיראו", מען דארף פאר זיי מורא האבן, כביכול אזוי ווי פאר דעם רבונו של עולם. נאר אז דער פאטער און מוטער הייסן אים טאן אן עבירה, איז ער זיי נישט מחויב צו פאלגן.

ב. ערלעך האלטן הייסט: דאס ער זאל זיי כבוד אנטאן (= טאן), זיי געבן עסן און טרינקען, אויסטאן, אויך אנטאן, און אלעס מיט א פנים שוחקות. און ווען דער פאטער שלאפט, זאל ער אים נישט אויפוועקן, סיידן צו א דבר מצוה, אדער דער פאטער זאל געלט פארדינען.

ג. מורא הייסט: דאס ער זאל פאר זיי האבן דרך ארץ, אויפשטעלן זיך ווען מען זעט זיי, נישט זיך זעצן אויף זייער שטענדיק ארט, נישט זיך אפּווענדן זייערע ווערטער אפילו צו זאגן בזה הלשון: עס ווייזט מיר אויס אז איר האט רעכט[2] עס איז שוין קיין דרך ארץ נישט. און ווען זיי שלאגן אים אפילו פאר פיל מענטשן, טאר ער זיי נישט אקעגן רעדן.

ד. ווען ער זעט פאטער און מוטער טוען אן עבירה, טאר ער אים נישט זאגן דו האסט אן עבירה געטאן, נאר ער זאגט: מיר דאכט זיך דאס אין תורה שטייט אזוי און אזוי, כדי דער פאטער זאל שוין ממילא אליין פארשטיין, אז ער האט אן עבירה געטאן.

ה. אויך נאך דעם טויט ווען ער דערמאנט זיי, מוז ער זאגן זכרונו לברכה.

ו. א שטיף מוטער, אדער א שטיף פאטער, אן עלטערער ברודער, א זיידן, א שווער, און שוויגער, מוז מען אויך ערלעך האלטן.

ז. א טאכטער מוז אויך ערלעך האלטן פאטער און מוטער, נאר אז דער מאן לאזט איר נישט שיקן מתנות, מוז זי פאלגן דעם מאן.

ח. א גרויסער זון און אפילו נישט קיין גרויסער, ווען דער פאטער פארשטייט דאס ער וועט אים אקעגן רעדן, טאר ער אים נישט שלאגן, דאס ער זאל אים נישט ארויסברענגען אויך די העזה , נאר מיט גוטן אים שטראפן[3].

ט. דער רעכטער עיקר פון ערלעך האלטן פאטער און מוטער, איז ווען מען פירט זיך בדרך הישר, דאס טאטע און מאמע זאלן נישט האבן קיין חרפות ובושות פון זיינע שלעכטע מעשים.


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. היינט מען ניצט די ווערטער טאן און אנטאן אויף צוויי באדייטונגען. טאן: צו מאכן, און אנטאן: אנטאן קליידער.
  2. דהיינו אפילו לומר נראים דברי אבא. עיין ערוך השולחן הלכות כיבוד אב ואם סימן רמ סעיף יב
  3. דהיינו: יוכיחנו בדברים.