קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קיח

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

מפתחות - סימן קיג כבוד אב ואם - סימן קיד כבוד רבו, תלמיד חכם, און א כהן - סימן קטו דיני חתן וכלה - סימן קטז מנהגי החופה - סימן קיז שבע ברכות - סימן קיח מילה - סימן קיט פדיון הבן

קיצור קיח.gif

(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קיח דינים פון מילה. אנטהאלט זיבן סעיפים.

א. עס איז א מצוה מן התורה דאס יעדער פאטער זאל זיין קינד מל זיין ביי ער אליין, (אויב ער )קען מל זיין, און זאל זאגן די ברכות "על המילה" מיט "להכניסו בבריתו" איידער ער שניידט די ערלה. נאר אזוי באלד דער פאטער קען נישט מל זיין, מעג ער מאכן א שליח, און מכבד זיין א מוהל מל צו זיין, (און דעמאלט) מאכט דער מוהל די ברכה "על המילה" פאר דעם מל זיין, און דער פאטער די ברכה "להכניסו" תיכף נאך דעם מל זיין. און ווען דער פאטער איז נישט אויף דעם ברית, זאל מאכן די ברכה "להכניסו" דער סנדק. און מען גיט נישט קיין סנדק דעם וואס האט שוין ביי זיינס א קינד אמאל געהאט סנדק.

ב. מען טאר נישט אפּלייגן דאס מל זיין אויף נאך דעם אכטן טאג, אפילו עס קומט אויס אום שבת און יום כפור, און אז נישט, איז דער פאטער עובר א מצות עשה. סיידן דאס קינד האט עפּעס חלילה א מיחוש, טאר מען נישט מל זיין, ביז עס ווערט אין גאנצן געזונט. דען, זאל מען פרעגן א שאלה, און תיכף ווען מען וועט עס מעגן שוין מל זיין, זאל מען עס מל זיין. נאר דעם קינדס מילה, איז שוין נישט דוחה שבת ויום טוב.

ג. דער מוהל דארף וויסן קלאר הלכות מילה, און מוז אכטונג געבן אויף דעם קינד. אויך פרעגן די הייבאם פאר דעם מילה זיין, אויב דאס קינד נאט נישט עפּעס קיין מיחוש.

ד. ווען א קינד שטארבט פאר דעם מל זיין, זאל מען אפּשניידן די ערלה בלא ברכה אויף דעם קבר. אויף דעם קבר מען זאל עס אויך דארט א נאמען געבן.

ה. אן אשה וואס איז (איר) געשטארבן צוויי זין דורך דעם מל זיין, מען דאס דריטע קינד אירס נישט מל זיין, ביז ער ווערט גרויס, דאס עס קריגט אין זיך מיין (= מער) קרעפטן אריין. און אזוי באלד עס האט זיך געטראפן צוויי שוועסטערס דאס זייערע קינדער זענען געשטארבן מחמת דעם מל זיין, כאטש אפילו (דאס) [צו] (יעדע) [יעדערן] פון זיי איז נאר געשטארבן איין קינד, מען שוין זייערע קינדער נישט מל זיין, ביז זיי ווערן גרויס.

ו. ווען א בן זכר ווערט געבארן צווישן טאג און נאכט, זאל מען פרעגן א שאלה ווען מען זאל אים מל זיין.

ז. בעת אין קינד יידישן (= ברית מילה), זאל מען דער גאנצער עולם שטיין, נאר דער סנדק זיצט. און מען דארף דעם טאג מאכן א סעודה, און דער פאטער און מוטער זאלן זיך פרייען דאס זיי האבן זוכה געווען זייער קינד צו מאכן פאר א ייד. אויך זאלן בעטן גאט, אז דאס קינד זאל מאריך ימים ושנים זיין, און זיין גוט און פרום.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]