לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קטו

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קיג כבוד אב ואם - סימן קיד כבוד רבו, תלמיד חכם, און א כהן - סימן קטו דיני חתן וכלה - סימן קטז מנהגי החופה - סימן קיז שבע ברכות - סימן קיח מילה - סימן קיט פדיון הבן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קטו דינים פון חתן כלה ביום חופתם (אום (= אין) חופה טאג). אנטהאלט צוויי סעיפים.

א. עס איז א מנהג דאס חתן כלה פאסטן ביז איבער דער חופה. און ווען די חופה איז ביי נאכט, דארפן זיי זאגן ביי מנחה עננו. דער מנהג איז אויך צו זאגן צו מנחה די ווידוי פון יום כפור, דען אין דעם טאג איז דער אייבערשטער זיי מוחל אויף זייערע זינד. דרום (= דעריבער) דארף ביי זיי אויך זייל דער טאג הייליק, דאס זיי זאלן תשובה טאן אויף זייערע פארגאנגענע מעשים, און זאלן אויף זיך מקבל, זיין גוט און ארנטלעך זיך אויפצופירן אויף דער וועלט. און זאלן מתפלל זיין, דאס זייער זיווג זאל עולה יפה זיין, אויך דאס עס זאל פון זיי ארויסקומען א גוט דור, און דאס זיי זאלן לעבן בשלום. און ווען זיי וועלן דאס אלעס טאן מיט אן אמתע כוונה, וועט בוודאי דער אייברשטער זיי געבן מזל וברכה.

ב. אום (= אין) ראש חודש, (חוץ ראש חודש ניסן) אויך אין אסרו חג, און חמישה עשר באב, און חמישה עשר בשבט, און חנוכה, און שושן פורים, פאסט מען נישט. נאר פון דעסטוועגן זאלן זיך נישט אנעסן[1] צו דער זעט, און מכל שכן נישט טרינקען אזא משקה וואס איז משכר.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אנעסן זיך = פרעסן