לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קט

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא) סימן קט דינים פון הושענא רבא. אנטהאלט דריי סעיפים.

א. הושענא רבא איז א יום הדין, דרום (= דעריבער) איז מען אויף א גאנצע נאכט, און מען ליינט משנה תורה, און די סדרה וזאת הברכה שנים מקרא ואחד תרגום, און מען זאגט גאנץ תהילים, און מען בעט צו השי"ת דאס ער זאל אונז געבן א גוט געבענטש יאר. אין דער פרי צינד מען אן די רעשט לעכט וואס זענען געבליבן פון יום כפור, און דער חזן גייט אין קיטל, און מען זאגט שבת ברכות, דאס הייסט, למנצח און אויך מזמור לתודה, נאר נשמת זאגט מען נישט.
פאר דעם אויסנעמען[1] זאגט מען אין כמוך, און מען זאגט שמע ישראל און גדלו און רבונו של עולם פון ראש השנה יום כפור. צום מוסף, זאגט מען נעריצך, און דער מנהג איז דאס דער חזן זינגט אדן עולם, אויך ברוך שאמר, (און) תתברך צורנו, מיט דעם ניגון פון ראש השנה.

ב. עס איז א מנהג פון אונזערע נביאים צו קלאפן הושענות. און מען מאכט די הושענא פון פינף צווייגלעך מיט פיל בלעטלעך, נאר אז ער האט נישט מיין (= מער) ווי איין צווייגל מיט איין בלעטל איז ער אויך יוצא.

ג. נאך דעם אפקלאפן די הושענות, טאר מען זיי נישט אוועקווארפן אויף א מקום בזוי.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אויסנעמען = ארויסנעמען די ספר תורה אין תפילה צייט.