לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קב

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קב דינים פון ראש השנה. אנטהאלט זיבן סעיפים.

א. מען דארף זייער ראש השנה מדקדק זיין אין דאווענען, דאס (= אז) די ווערטער זאלן קומען געציילט, און אויך דאס ער זאל פארשטיין דעם פירוש המילות. און עס איז נישט גלייך (= געהעריק) דאס וואס דער המון דאווענען הויך די שמונה עשרה, דען (=ווייל) דאס טאר מען נישט.

ב. ביי אלע קדישים פון ראש השנה ביז יום הכפורים זאגט מען לעילא ולעילא.

ג. ביי נאכט נאך דעם דאווענען זאגט איינער צום אנדערן לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים, און צו א נקבה זאגט מען תכתבי ותחתמי.

ד. עס איז א מנהג צו עסן ביי נאכט א שטיקל עפל איינגעטונקען אין האניק, און מען מאכט בורא פרי העץ און מען עסט עס, און נאך דעם זאגט מען יהי צון שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה.

שופר למנהג אשכנז

ה. עס איז אויך א מנהג צו עסן א קאפ פון א שעפסל אדער פון א פיש, און מען זאגט יהי רצון שנהיה לראש ולא לזנב. און די אנדערע נאכט צום קידוש איז גלייך (= געהעריק) אנצוטאן א נייע מלבוש אדער אנידערלייגן א (נייע) פרי, און אין זינען האבן מיט דעם שהחיינו מוציא צו זיין די פרי אויך. אזוי אויך די אשה ביי די לעכט אנצינדן די צווייטע נאכט זאל זי אנטאן א נייע מלבוש. אויך דער תוקע דעם צווייטן טאג זאל אנטאן א נייע מלבוש, און מוציא זיין מיט די שהחיינו פון תקיעות. נאר אז מען האט נישט וואס צו בנייען, מאכט מען אזוי די שהחיינו.

שופר למנהג תימן

ו. פון די תקיעות ביז די לעצטע תקיעות וואס נאך עלינו טאר מען נישט מפסיק זיין, נאר סיידן אזא הפסק וואס צוליב די תקיעות אדער די תפילות. דרום (= דעריבער) איז נישט גלייך (= געהעריק) צו זאגן די יהי רצונ'ס וואס צווישן די תקיעות. מען זאל אויך נישט זאגן ברוך הוא וברוך שמו אויף די ברכות פון דעם תוקע, נאר מען זאל ענטפערן אמן.

ז. ראש השנה איז הארבער ווי אנדערע ימים טובים, דאס די ביידע טעג האבן דעם דין פון איין טאג, דאס א זאך וואס עס איז אסור איבער נולד דעם ערשטן טאג, למשל א איי וואס א הון האט געלייגט דעם ערשטן טאג, אדער מילך וואס איז געמאלקן געווארן דעם ערשטן טאג, טאר מען נישט ניצן דעם צווייטן טאג.[1]

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אבער ביי אנדערע ימים טובים ווען א הון האט געלייגט דעם ערשטן טאג, אדער מילך וואס איז געמאלקן געווארן דעם ערשטן טאג, מעג מען ניצן אין דעם צווייטן טאג. עיין סימן פד ס"ג