קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קד

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קד דינים פון עשרת ימי תשובה. אנטהאלט פינף סעיפים.

א. מען זאגט פון ראש השנה ביז איבער יום כפור "המלך הקדוש" אפילו שבת אין מגן אברהם, און אויך "המלך המשפט", "זכרנו", "מי כמוך", "וכתוב בספר חיים".

ב. ווען מער פארגעסט צו זאגן "זכרנו", "מי כמוך", "וכתוב בספר חיים", אז מען דערמאנט זיך פאר דעם שם פון די ברכה וואס נאך זיי, זאגט מען זיי. און ווען ערשט (= נאר) נאך ברוך אתה ה', דאווענט ער ווייטער.

ג. ווען מער פארגעסט צו זאגן "המלך המשפט", אז דער דין: דאס אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) תיכף ווי ער האט געזאגט "מלך אוהב צדקה ומשפט", האט ער זיך דערמאנט, זאגט ער גלייך (= באלד) המלך המשפט. ווען אבער ער האט שוין אנגעהויבן ווייטער צו זאגן, איז פארפאלן.[1]

ד. אז מען פארגעסט אדער מען איז אין ספק צו מען האט געזאגט "המלך מקדוש", און מען דערמאנט זיך תיכף, זאגט ער "המלך הקדוש" און דאווענט ווייטער. ווען אבער ער האט שוין אנגעהויבן די צווייטע ברכה צו זאגן, און דערנאך ערשט (= נאר דערנאך) האט ער זיך דערמאנט , מוז אפילו דער חזן אין די הויכע שמונה עשרה, אויף אזא טעות איבערדאווענען, און נאל אמאל זאגן קדושה. [2]

ה. אז מען פארגעסט אום (= אין) ראש השנה ויום כפור צו זאגן נאך "כי אל מלך גדול וקדוש אתה", "ובכן תן פחדך", און האט געוואלט אויסלאזן "המלך הקדוש", כאטש ער האט נאך נישט געענדיקט די ברכה, נאר ער האט שוין געזאגט דעם שם פון דער ברכה, זאגט ער שוין נישט מיין (= מער) "ובכן תן פחדך", נאר פאנגט אן "אתה בחרתנו".

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. עיין משנה ברורה סימן קיח ס"ק ג שכותב: עיין באחרונים דמסקי דאם נזכר תוך כדי דבור מעת אמרו ומשפט אומר המלך המשפט ג"כ, ואם לאחר כ"ד שוב לא יאמר ואין מחזירין אותו. (אפילו ער האט נאך נישט אנגעהויבן צו זאגן ווייטער).
  2. אבער אין שו"ע סימן תקפב ס"ב פסקענט מען אז "אם אמר: האל הקדוש, ותוך כדי דיבור נזכר ואמר: המלך הקדוש, אינו צריך לחזור". אבער נאך כדי דיבור אפילו ער האט נאך נישט אנגעהויבן די צווייטע ברכה דארף ער איבערדאווענען. און אין משנה ברורה זאגט: וכ"ז כשלא התחיל עדיין ברכה אחרת דאל"ה אפילו תוך כ"ד חוזר לראש.