לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קא

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קא דינים פון ערב ראש השנה. אנטהאלט זעקס סעיפים.

א. די פערציק טעג פון ראש חודש אלול ביז איבער יום כפור, זענען די בעסטע און די אויסדערוויילטע טעג צו טאן תשובה, דען (= ווייל) אין ראש חודש אלול איז משה ארויפגעגאנגען (אויף הר סיני) נעמען די אנדערע לוחות, און אין יום כפור (איז ער אראפגעגאנגן פון הר סיני, און דער אייבערשער האט אים געזאגט "סלחתי כדברך", און) האבן זיי געהאט די רעכטע כפרה אויף דעם עגל, איבער דעם איז מען זיך נוהג פון אנדערן טאג ראש חודש אלול צו בלאזן שופר, און צו זאגן לדוד ה' אורי וישעי, צו דערוועקן דעם עולם תשובה צו טאן דעם לעצטן חודש פון יאר. איבער דעם דארף מען אויך נזהר זיין אים דעם חודש, אפצוהיטן פון שלעכטע זאכן, מיין (= מער) ווי א גאנץ יאר.

ב. מען איז נוהג צו שרייבן אין יעדן בריוו א כתיבה וחתימה טובה. און די וואך וואס איז געפאלן ראש השנה הייבט מען אן זונטיק צו זאגן סליחות, נאר אז ראש השנה איז געפאלן אום (= אין) מאנטיק אדער דינסטיק הייבט מען אן צו זאגן סליחות מיט א וואך פריער.

ג. ערב ראש השנה איז זיך דער עולם נוהג צו פאסטן און חוזר בתשובה צו זיין, נאר מען איז נישט משלים די תענית.

ד. איינער וואס זיצט ר"ל שבעה, מעג ער גיין ערב ראש השנה צו סליחות אין שול אריין.

ה. דער מנהג איז צו מאכן התרת נדרים. און ווער עס פרשטייט נישט קיין לשון הקודש, זאל ער זאגן אויף עברי טייטש.

ו. ערב ראש השנה דארף מען זיך טובלן און ריין מאכן לכבוד יום הדין.