קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קח
מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן קח דינים פון לולב און אתרוג. אנטהאלט צען סעיפים.
א. עס שטייט אין דער תורה: "ולקחתם לכם פרי עץ הדר וכפות תמרים וענף עץ עבות וערבי נחל", פון דעם פסוק האבן די חכמים ממציא געווען (= מוציא געווען = געלערנט פון דעם פסוק), דאס מען דארף האבן אן אתרוג מיט א לולב, וואס דער לולב זאל זיין צוזאמען געבונדן מיט דריי שטענגלעך (= צווייגלעך) הדסים, און צוויי ריטלעך (= צווייגלעך) הושענות.
ב. דער לולב דארף זיין גרין און שיין. און דער אתרוג דארף האבן א מראה אתרוג. און דער וואס איז נישט קיין מבין, זאל ער ווייזן צו א ייד א תלמיד חכם א מבינות (= א מבין), אויב עס איז אלץ בכשרות, ווייל עס איז דא אים דעם פיל דינים.
ג. די הדסים קומען אין דער רעכטער זייט פון לולב, און די ערבות אין דער לינקער זייט. און זיי זאלן נישט זיין איבערגעדרייט, די אפּגעשניטענע זייט פון אויבן.
ד. צו אתרוג בענטשן, אויך בעת די נענועים און הושענות, נעמט מען דעם לולב אין דער רעכטער האנט, באופן דאס די שדרה פון דעם לולב זאל קומען צום גוף, און די ערבות זאלן אויסקומען נעבן אתרוג, און דער אתרוג אין דער לינקער האנט. און מען האלט ביידע הענט איינס נעבן דאס אנדערן צוזאמען, דאס אלע פיר מינים זאלן אויסקומען צוזאמען. נאר בעת מען וויל בענטשן אתרוג, זאל מען האלטן קדם הברכה דעם אתרוג מיט די שושנתא אראפּ, און נאך די ברכה על נטילת לולב, האלט מען מיט די שושנתא ארויף.
ה. די ברכה על נטילת לולב, אויך שהחיינו, וואס מען מאכט דעם ערשטן טאג סוכות, מוז מען מאכן פאר די נענועים.
ו. אום (= אין) שבת בענטשט מען נישט קיין אתרוג, דרום (= דעריבער) ווען דער ערשטער טאג סוכות געפאלט אום שבת, מאכט מען די שהחיינו איבער דעם לולב ואתרוג דעם צווייטן טאג סוכות. און מען בענטשט נישט ביי נאכט קיין אתרוג.
ז. די נענועים שאקלט מען עטוואָס דריי מאל אהין און צוריק (צו זעקס זייטן). א. מזרח זייט, ב. דער נאך דרום זייט, ג. דער נאך מערב זייט, ד. דער נאך צפון זייט, ה. דער נאך ארויף, ו. און דער נאך אראפּ.
ביי הלל שאקלט דער חזן ביי "הודו", און ביי "יאמר נא ישראל", און דער צבור שאקלט ביי יעדן מאל הודו. אויך שאקלט מען ביי "אנא ה' הושיעה נא", ביידע מאל. און בעת ווען מען זאגט דעם שם שאקלט מען נישט, ווייל ביי "הודו" עס איז זעקס ווערטער חוץ דעם שם, קומט אויס דאס ביי יעדן ווארט שאקלט מען אויף אן אנדער זייט, און ביי "אנא" איז אן דעם שם נאר דריי ווערטער, שאקלט מען ביי יעדן ווארט אויף צוויי זייטן.
ח. מען מעג יום טוב דעם לולב צוריק אריינשטעלן אין דעם וואסער וואס ער איז פריער געשטאנען. מען מעג אויך צוגיסן (= צולייגן) וואסער, אבער איבערשטעלן אין א פריש וואסער טאר מען נישט. אויך טאר מען נישט איבערלייגן אום יום טוב דעם אתרוג אין פרישן ביינוויל[1]. אבער שבת טאר מען דעם לולב אין גאנצן נישט אנרירן.
ט. מען טאר נישט עסן פאר אתרוג בענטשן. נאר אז דאס הארץ איז שטארק אוועק, מעג מען עפּעס טועם זיין. און ווען איינער וואוינט אין א דארף און ווארט אויף אן אתרוג, איז ער מחויב צו ווארטן מיט דעם עסן ביז זייגער צוועלף, (= חצות) אבער לענגער פאסטן טאר ער נישט.
י. אין די ערשטע זעקס טעג זאגט מען אלע טאג נאך מוסף אן אנדער הושענא, און דער סדר איז אזוי: דאס ווען דער ערשטער טאג סוכות געפאלן אום (= אין) מאנטיק, איז דער ערשטער טאג "למען אמתך", דער צווייטער טאג "אבן שתיה", דער דריטער "אערוך שועי", (נאכער) "אום אני חומה", "אל למושעות", "אום נצורה".
ווען דער ערשטער טאג געפאלן אין דינסטיק, (דער סדר איז אזוי): "למען אמתך", "אבן שתיה", "אערוך שועי", "אל למושעות", "אום נצורה", "אדון המושיע".
ווען דער ערשטער טאג געפאלן דאנערשטיק, (דער סדר איז אזוי): "למען אמתך", "אבן שתיה", "אום נצורה"[2], "אערוך שועי", "אל למושעות", "אדון המושיע".
אז (= ווען) דער ערשטער טאג געפאלן אום (= אין) שבת זאגט מען דעם סדר: "אום נצורה", "למען אמתך", "אערוך שועי", "אבן שתיה", "אל למושעות", "אדון המושיע".
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ ביינוויל = קאָטאָן (כותנה). דאס ווארט שטאמט פון דייטש Baumwolle. און דער איסור איז אלס מוליד ריחא אין דעם בגד, ווי שטייט אין סימן תרנ"ח ס"ב אין רמ"א. און אין משנה ברורה שטייט, אז אין א בגד וואס דער אתרוג שוין געווען געלעגן, מעג מען צוריק אריינלייגן.
- ↑ אינעווייניק שטייט "אום אני חומה", און דאס איז א טעות