לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קז

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קז דינים פון סוכות. אנטהאלט עלף סעיפים.

א. מצות סוכה איז זייער א גרויסע מצוה. מען דארף נזהר זיין דאס עס זאל זיין געמאכט וו דער דין. און דער סכך מוז זיין געדעקט כשיעור, נישט צו שיטער דאס עס זאל זיין דריי טפחים אן סכך, דען (= ווייל) ווען אין מיטן סכך איז דריי טפחים ליידיק, דאס מען זעט די ליכט איז די סוכה פסול. אויך אזוי באלד עס ליגט דער סכך זייער געדיכט דאס אפילו א שטארקער רעגן וועט אויך נישט דורכרעגענען איז די סוכה פסול. און מען טאר נישט אונטערשפּארן דעם סכך מיט שטאפּלען פון א לייטער, אדער מיט א זאך וואס איז א כלי, אויך טאר מען דאס נישט לייגן אויף דעם סוכה.

ב. דער רעכטער קיום פון מצות סוכה, דאס מען זאל עסן און טרינקען און שלאפן אין סוכה. כמעט זיין גאנץ וואוינונג זאל זיין אין דער סוכה. נאר אז עס רעגענט אריין אין סוכה, דאס ווען עס וואלט דארט געשטאנען א געקאכט מאכל וואלט עס פון דעם רעגן קאליע געווארן, אויך ווי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז זייער א שטארקע קעלט דאס א פעט מאכל וועט ביי דעם עסן פון סוכה פארגליווערט ווערן, איז מען פטור מן הסוכה, און מען עסט אין שטוב. און כאטשע דער רעגן האט אויפגעהערט, דארף ער שוין אין מיטן סעודה נישט מפסיק זיין, צוריק אריינצוגיין אין סוכה אריין.

ג. בעת ווען מען קען נישט זיצן אין סוכה מחמת רעגן אדער קעלט, ווען ער זיצט יא, טאר מען נישט מאכן די ברכה לישב בסוכה.

ד. די ערשטע נאכט האט אין זיך אן אנדער דין, דאס מען מוז עסן אין סוכה, און ווען עס רעגענט זאל ער איבערווארטן דעם רעגן. ווען אבער ער איז זיך משער דאס דער רעגן וועט לאנג גיין, זאל ער מאכן קידוש ושהחיינו, נישט לישב בסוכה, און וואשט זיך און עסט א כזית, אן גייט אין שטוב אריין בהכנעה, משלים זיין די סעודה באופן דאס ער זאל ביי דעם וואשן אין זינען האבן אויך ביי די ברכת המוציא, דאס ער וועט משלים זיין די סעודה אין שטוב.
און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס האט אין מיטן עסן אויפגעהערט צו רעגענען, זאל ער צוריקגיין אין סוכה, און מאכט א ברכה לישב בסוכה, און עסט א כזית. ווען אבער עס האט אויפגעהערט נאך דעם בענטשן, און ער איז נאך וואכענדיק, זאל ער זיך נאך א מאל וואשן אין סוכה, און מאכן א ברכה לישב בסוכה, און עסן סוכה.

ה. ווען מען האט נעבן זיך א צווייטע סוכה, וואס אין יענע טראפּט נישט אריין דעם רעגן, ווייל בעת דער רעגן איז זי געווען פארמאכט מיט א דאך, זאל ער גיין עסן אין יענער סוכה.

ו. ווען עס רעגענט די אנדערע נאכט סוכות, און מען איז זיך משער דאס דער רעגן וועט לאנג דויערן, עסט מען אין שטוב[1]. נאר פאר בענטשן גייט מען אין סוכה אריין עסן א כזית אן א ברכה לישב בסוכה. און פשיטא דאס אז דער רעגן הערט אויף, מוז מען מפסיק זיין און גיין עסן אין דער סוכה.
און די רעשט טעג פון סוכות, איז מען נישט מחויב צו ווארטן, אויך נישט מפסיק צו זיין אין מיטן דער סעודה, אפילו ווען עס הערט אויף צו רעגענען.

ז. די ערשטע נאכט סוכות, זאגט מען אין קידוש די ברכה לישב בסוכה פאר דער שהחיינו[2].און אין דער צווייטער נאכט סוכות, זאגט מען די ברכה שהחיינו פון קידוש פאר דער ברכה לישב בסוכה.

ח. שבת חול המועד, אויך יום טוב ביי נאכט, מאכט מען לישב בסוכה ביי קידוש. און אין די רעשט סעודות, מאכט מען לישב בסוכה נאך דער ברכת המוציא.

ט. אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) מען איז פון דער ערשטער סעודה ביז דער צווייטער סעודה נישט ארויסגעגאנגען פון דער סוכה, דארף מען ביי דער צווייטער סעודה נישט מאכן לישב בסוכה.

י. ווען מען גייט אפילו אין מיטן סעודה אין א צווייטע סוכה עפּעס עסן, מוז מען דארט נאך א מאל מאכן לישב בסוכה. און ווען מען פארגעסט צו מאכן לישב בסוכה, מוז מען מאכן אין מיטן דער סעודה, ווען מען דערמאנט זיך.

יא. איבער פרוכטן, משקה'ס, אויך מיני מזונות, ווען מען עסט נישט קיין סעודת קבע[3]

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. און ער איז נישט מחויב מאכן קידוש ושהחיינו, און נישט לישב בסוכה, און וואשטן זיך און עסן א כזית אין סוכה פאר דער סעודה, ווי אין דער ערשטער נאכט, נאר ער עסט אין שטוב פאר דער סעודה, און ווען ער זעט נאך עסן אז דער רעגן נאך נישט אויפגעהערט, גייט ער אריין פאר בענטשן אין סוכה עסן א כזית אן א ברכה לישב בסוכה, ווי שטייט ווייטער. עיין קיצור שולחן ערוך קלה ד
  2. כדי אז די ברכה פון שהחיינו זאל גיין אויך אויף מצות סוכה, און נישט נאר אויף מצות יום טוב. עיין קיצור שולחן ערוך קלה ה
  3. אויף פרוכטן און משקה, אפילו מען איז עסט יא פון זיי סעודת קבע, איז מען נישט מחויב צו מאכן לישב בסוכה, דארף מען נישט מאכן לישב בסוכה. עיין קיצור שולחן ערוך קלה ז