לדלג לתוכן

עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק ט ארץ ישראל

פֿון װיקיביבליאָטעק

עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה


פרק ט ארץ ישראל

אן תורה האבן מיר נישט קיין יידן און נישט קיין ארץ ישראל

[רעדאַקטירן]

ארץ ישראל פאַרנעמט דעם גרעסטן טייל פון דער תורה. דריי סדרים פון ש"ס זיינען פאַרבונדן מיט ארץ ישראל: זרעים, קדשים, מועד. פון די איבעריקע דריי סדרים איז אויך אַ גרויסער טייל פאַרבונדן מיט ארץ ישראל. אין מועד זיינען דא איינציקע מסכתות אַזעלכע: יומא, שקלים, חגיגה. די צווייטע העלפט פון פסחים, די לעצטע פרקים פון סוכה, תענית. אין סדר נשים: נזיר, סוטה. אין סדר נזיקין: סנהדרין, מכות, הוריות. עס קומט אויס אַז כמעט צוויי דריטל פון ש"ס איז צונויפגעבונדן מיט ארץ ישראל. די זעלבע פּראָפּאָרציע איז אויך אין חומש. מימלא איז פאַרשטענדלעך איז יידן מוזן האָבן ארץ ישראל, אויסער וואָס ישוב ארץ ישראל איז א מצוה פאַר זיך. נאָר א פאַקט איז אבער אז יידן עקזיסטירן[1] קרוב פון 2 טויזענט יאָר אין חוץ לארץ. אמת עס איז געווען אַ שווערע עקזיסטענץ[2], אַ ביטערע, אָבער דאָך האָט מען ווי עס איז דורכגעלעבט אַזאַ צייט, נישט האָבנדיק ארץ ישראל. יעצט פרעגט זיך אויב מיר וועלן זיך פאַרשטעלן אז יידן זיינען געבליבן גענצלעך[3] אָן תורה חלילה, וואָלטן זיי קענען עקזיסטירן 2000 יאָר אָדער נישט? עס איז קלאָר אַז נישט, נישט נאָר טויזענטער יאָר קען יידישע פאָלק נישט עקזיסטירן אָן תורה, נאָר אפילו הונדערט יאָר אויך נישט. א שרעקליכע פאַקט זעען מיר אין דער רויטע מדינה, עס איז נאָר צוואַנציק יאָר זייט די יידישע אויסוואורפן[4] – יעווסעקעס [5] – האָבן אָפּגענומען די תורה ביי יידן דורך גזירות שמד, און עס גייט אויס[6] דער נאָמען ייד דאָרט. עס איז נאָך דאָ פון דעם עלטערן דור, אָבער דער יונגער דור ווייסט נישט וואָס איז אַ ייד.

קומט אויס אַז אויב יידן בלייבן אָן תורה, גייען זיי אונטער[7] אין פאַרלויף[8] פון איינציקע צענדליקער יאָר. דערקעגן אָן ארץ ישראל, קען דאָס יידישע פאָלק עקזיסטירן 2000 יאר.

יעצט וועלן מיר נעמען אַ ביישפיל: א מענטש האָט נויטיק צו זיין עקזיסטענץ, לופט צו אָטעמען, ער האָט אויך נויטיק ברויט צו אַ נאָרמאַלער עקזיסטענץ. ולחם לבב אנוש יסעד. ווי דאַרף מען טאָן בשעת אַ מענטש פעלט ביידע זאַכן. ער האָט נישט קיין ברויט, און אויך נישט קיין לופט צו אָטעמען, וועגן וואָס דאַרף מען פריער זאָרגן? ער זאָל האָבן לופט אָדער ברויט? פאַרשטייט זיך אַז אויב ער וועט נישט האָבן וואָס צו אָטעמען, וועט נישט זיין ווער עס זאָל עסן דאָס ברויט.

יידן דאַרפן האָבן ארץ ישראל און זיי האָבן עס פארלויפיק[9] נאָך נישט, און יידן דאַרפן האָבן תורה, און מיר זעען אַלע אַז די תורה גייט אויס, דען דער גרעסטער טייל פון יונגן דור איז גענצלעך אָפגעשניטן פון דער תורה.

פרעגט זיך די זעלבע שאלה: וועגן וואָס דאַרף מען פריער זאָרגן, וועגן תורה אָדער ארץ ישראל. איז די תשובה איז אויך די זעלבע. ארץ ישראל איז נויטיק פאַר יידן, אָבער אָן תורה האָבן מיר קיין יידן נישט. דאַרף מען דאָך פריער זאָרגן עס זאָלן זיין יידן אויף דער וועלט, וועט מען דאַן דאַרפן ארץ ישראל. ווי טוט מען יעצט ביי אונז? אַקוראַט[10] פאַרקערט. מען האַלט נאָר אין שרייען ציון, אַנשטאָט וואָס מען דאַרף נישט אויפהערן צו שרייען: תורה, תורה מה תהא עליה? אָן תורה, זיינען מיר שוצלאָז [11] און הילפלאָז[12].

מיט תורה אָבער זיינען מיר מעכטיקסטע אין דער וועלט. דאָס איז נישט קיין פּוסטע פראַזע[13]. נאָר אַ פאַקט וועלכער ווערט באַשטעטיקט פון אונזער דריי טויזענט יאָריקער געשיכטע.

נאָך אַ זאַך, נעמען ארץ ישראל איז נישט אָפהענגיק פון אונזער ווילן, אם ה' לא יבנה בית, שוא עמלו בוניו בו דערקעגן, פאַרשפרייטן תורה ביי יידן איז בידינו, דאָס הענגט אָפ אינגאַנצן פון אונז, והבא לטהר מסייעים אותו.

דער יעצטיקער חורבן דורך יידישע משומדים

[רעדאַקטירן]

אומגעפאַר[14] מיט 15 יאָר צוריק איז דער חפץ חיים ז"ל געווען אין וואַרשע, דאַן האָט זיך אָנגעפאַנגען אַ באַוועגונג ביי די פוילישע אדמורי"ם צו פאָרן קיין ארץ ישראל. האָט ער דאַן געזאָגט: וואָס האָבן מיר זיך גענומען צו מצוות? זאָלן זיי טאָן וועגן תורה. מיט תורה זיינען אַלע מצוות, אָן תורה איז אַלץ בלאָטע.

כדי צו דערקלערן זיינע הייליקע ווערטער וועלן מיר ברענגען ביישפילן. ישוב ארץ ישראל איז געוויס אַ מצוה, אָבער אַז מען באַזעצט קבוצות מיט אויסגעשפּראָכענע מומרים להכעיס [15], איז שוין דאָס נישט קיין מצוה, נאָר די גרעסטע עבירה. דען דאָס איז נישט געבויט ארץ ישראל נאָר חרוב געמאַכט.

לית אינון נטורי קרתא אלא חרובי קרתא – "דאָס זיינען נישט וואָס שיצן די שטאָט, דאָס זיינען מאַכן חרוב די שטאָט". דאָס איז דער ערגסטער חורבן ארץ ישראל, פיל ערגער און געפערלעכער ווי דער חורבן דורך גויים. דען יענע חורבנות האָבן מכפר געווען אויף דעם כלל ישראל, אָבער דער יעצטיקער חורבן דורך יידישע משומדים, איז די גרעסטע קטגוריה ח"ו אויף דעם כלל ישראל וועלכער גיט זיי מליאָנען, אין דער צייט וואָס אויף תורה גיט מען פרוטות.

נאָך אַ ביישפיל: גרינדן תלמוד תורה'ס איז איינע פון די גרעסטע מצוות. גרינדט מען טאַקע בתי תלמוד תורה מיט איין קליינעם שנוי: אַנשטאָט צו לערנען תורה, לערנט מען דאָרטן כפירה אין דער תורה. דורך א נאַציאָנאַלע לערער וועלכע מדקדק אין דער מצוה פון איווריט באיווריט. (= עברית בעברית) עס קומט אויס אז די ת"ת ווערט אַ מיסיאָנערישע שול.

נעמען אַ רב איז אַ חוב אויף יעדער יידישער קהילה. נעמט מען רבנים אַזעלכע וואָס אַנשטאָט צו וויסן שו"ע, דאַרפן זיי וויסן די מאָדערנע נאַציאָנאַלע ליטעראַטור מיט אַ הוספה פון מאָטקע חבד'ס וויצן[16]. דאָס זיינען די פאָלגן פון טאָן מצוות אָן תורה. אָט די מצוות ווערן נתקיים מיט אַן אויסערגעוויינטלעכע ברייטע וויליקייט, מיט התלהבות.

אכן השכימו השחיתו אמר רבי חייא בר אבא: כל השחתה שהיו עושים בהשכמה – בזריזות – היו עושים אותה" (ריש שקלים) יע, זיי האבן זיך געפעדערט[17], זיי האבן פאַרדאָרבן. זאָגט רבי חייא, די אַלע פאַרדאָרבענקייט וואָס זיי מאַכן, מאַכן זיי עס מיט פְלַייס". וואָס האָבן מיר אויסגעפירט[18] מיט אונזערע נייע תורה? אַנשטאָט צו לערנען ביי אונזערע אַלטע חכמים די קדושי עליון, האָט מען אונז יעצט געגעבן אַנדערע רביים: היטלער וחבריו, וועלכע לערנען מיט אונז אויף דעם מאָדערנסטן אופן, מאָדערנע שבמאָדערנע. זיי וועלן אזוי לאַנג לערנען מיט אונז, ביז וואַנען מיר וועלן אויסשפייען די קולטור מיט די השכלה צוזאַמען. דאַן קענען מיר האָפן אַז עס וועט זיין שלום על ישראל.

די יסורים פון הבוטח בה'

[רעדאַקטירן]

מיר וועלן דאָ איבערגעבן אַ וואָרט בשם הקדוש בעל חפץ חיים ז"ל, עס שטייט אין פסוק: רבים מכאובים לרשע, והבוטח בה' חסד יסובבנהו, "פילע שמערצן זיינען פאַר דעם רשע, אָבער דער וואָס האָט בטחון צום אויבערשטן, וועט אים חסד אומרינגלען". האָט געזאָגט דעם חפץ חיים ז"ל: אַז מען גיט מעדיצין אַ חולה צו מאָגן קראַנקהייט, איז עס אַ רפואה צו דער מחלה, אָבער עס איז זויער און ביטער אין גומען[19]. האָט מען זיך מתחכם געווען, צו איינוויקלען די מעדיצין אין אַ קאַפּסול, און אזוי שלינגט מען דאָס ארונטער. אויף דעם אופן איז די רפואה פאַראַן, אָבער מען פילט נישט די זויערקייט מיט די ביטערקייט.

דאָס זעלבע איז מיט מכאובים לרשע, די שמערצן פאַר דעם זינדיקער, זיי זיינען אַ רפואה, נאָר עס איז אַ ביטערע רפואה, דער וואָס איז אַ בוטח בה', אים גיט מען די רפואה ארומגעוויקעלט מיט אַ קאַפּסול, פון חסד – חסד יסובבנהו – און אזוי שלינגט ער עס ארונטער. דער בטחון בה' מאַכט דאָס ער זאָל אַזוי שטאַרק נישט פילן די ביטערקייט.

ווי אזוי די יסורים מציבים ומקיימים אתכם

[רעדאַקטירן]

אויף דעם פסוק אתם נצבים היום, שרייבט רש"י: היסורים מציבים אתכם ומקיימים אתכם. די יסורים שטעלן אייך אויף די פיס און מאַכן אייך עקזיסטירן. דער ביאור פון דעם, שיינט צו זיין[20], לויט דעם פסוק לא הביט און ביעקב וכו', אויף וואָס רש"י שרייבט שהקב"ה אינו מתבונן באוניותיהם ( = עוונותיהם) של ישראל. כביכול ער מאַכט זיך נישט זעענדיק די יידישע עוולות. ווי איז דאָס צו פאַרשטיין? אונזערע הייליקע חכמים ז"ל זאָגן: כל האומר הקב"ה ותרן הוא, יותרו לו מעוהי. ד.ה. מען זאָל נישט מיינען אַז דער אויבערשטער שענקט[21] אומזיסט, עס ווערט קיין זאַך נישט געשענקט. נאָר עס איז ביידע אמת. הקב"ה אליין זוכט נישט קיין עולות אויף יידן, עס איז איינגעשטעלט[22] אַ מאַשינעריע
[23]: כל העובר עבירה אחת קונה לו קטיגור אחד, יעדערער וואָס באגייט[24] אַן עבירה, שאַפט זיך א קטיגור, אַן אָנקלאָגער, און דער קטיגור שווייגט נישט, ער דערציילט אַלץ און ווייזט אויף כך וכך.

דער קטיגור מדחה זיין בקש, אָפשטויסן מיט גאָרנישט, קען מען נישט, דען: מלך במשפט יעמיד ארץ דער מלך פון דער וועלט, האַלט איר אויף מיט משפט. און אַזוי ווי א מלכותא דארעא, אויב דער מסור, דער קלעגער, ווייזט אויף דעם נידון, דעם אָנגעקלאָגטן, אז ער האָט געטאָן כל וכך, מיט ראיות, און הוכחות ברורות, שוואַרץ און ווייס, מוז דאָך דער שופט האַנדלען דעם געזעץ, אפילו ווען ער איז אַ גוטער פריינד פון דעם אָנגעקלאָגטן, גענוי דאָס זעלבע איז אויך אין מלכותא דרקיעא.

ווי זאָל זיין בשעת די קטיגוריא שטאַרק זיך אויף דעם כלל ישראל ח"ו, אז די קטגורים פאָדערן אַ כליון גמור, פולשטענדיקער אונטערגיין ח"ו, און זיי ווייזן אויך קלאָר, דאָס אַזוי דאַרף זיין עפ"י דיני שמים, און עס איז נישטאָ וואָס זיי צו ענפערן. וואָס דאַרף הקב"ה טאָן אין אַזאַ סיטואַציע? מצד אחד מוז מען נישט ווילנדיק הערן די קטגורים, און מצד שני איז דאָ ההבטחה: אני ה' לא שניתי ואתם בני יעקב לא כליתם, איך, זאָגט הקב"ה, האָב מיין וואָרט נישט געביטן, און איר בני יעקב, וועט נישט אונטערגיין. וואָס טוט הקב"ה? שטעלט מען אויף אַ המן וואָס זאָל רודף זיין יידן מיט דעם גרעסטן גיפט, ווערן אויף אַזאַ אופן, די יידן נרדפים, און דאָס איז זייער רעטונג. דען עס איז ממדותיו של הקב"ה: והאלהים יבקש את נרדף, אפילו צדיק רודף רשע, הקב"ה אינטערעסירט זיך פאַר דעם פאַרפאָלגטן[25], אפילו ווען הצדיק פאַרפאָלגט אַ רשע, שטעלט זיך הקב"ה אויף דער זייט פון דעם נרדף, דעם פאַרפאָלגטן.

אַזוי אַרום האָט הקב"ה אַ תשובה הגונה צו די קטגורים: פאַר אַ נרדף, זאָגט ער כביכול, מוז איך מיר אָננעמען. עס קומט ארויס אַז וואָס שטאַרקער עס זיינען די רדיפות אויך יידן, אלץ מער איז דאָס גורם צו זייער רעטונג. און אַז מיר זעען יעצט, דאָס די רדיפות אויף יידן זיינען אין אַזאַ שרעקלעכן מאָסשטאַב[26], וואָס עס איז קיינמאָל נישט געווען, מוז זיך דאָך הקב"ה אָננעמען פאַר אַזעלכע נרדפים ווי מיר זיינען. אזוי שטייט: האני אשביר ולא אוליד אמר ה'? (ישעיה סו), ד.ה. בשעת יידן וועלן זיין אין דער העכסטער קריזיס[27]-צייט פון גלות דאַן וועט קומען די לידה. און אזוי ווי עס איז קלאָר דער יעצטיקער מאָמענט זיינען מיר על המשבר, פאַרשטייט מען פון דעם אז עס איז נאָענט צו דער לידה. אמן ואמן.

צו אונזערע רודפים איז געזאָגט: אל תשמחי איבתי לי, כי נפלתי קמתי, כי אשב בחושך ה' אור לי. זעף יהוה אשא כי חטאתי לו עד אשר יריב ריבי ועשה משפטי יוציאני לאור אראה בצדקתו. ותרא איבתי ותכסה בושה האמרה אלי איו יהוה אלהיך, עיני תראינה בה, עתה תהיה למרמס כטיט חוצות וכו' וכו', יראו גוים ויבשו מכל גבורתם ישימו יד על פה אזניהם תחרשנה וכו' (מיכה ז עיי"ש). "פריי זיך נישט, מיין פיינדין, אויף מיר, ווייל מיין פאַלן איז מיין תקומה, מיין אויפשטיין. ווען איך זיץ אין דעם פינצטער, איז דער אויבערשטער מיין ליכט. דער צאָרן פון הקב"ה טראָג איך, ווייל איך האָב צו אים געזינדיקט. ביז ער וועט זיך פאַר מיר אָננעמען, אויסצופירן מיין משפט. ער וועט מיר – דאַן – ארויספירן אין ליכטיקייט, וועל איך זען זיין גערעכטיקייט.

דאַן וועט מיין פיינדין זען, און שעם[28] וועט איר צודעקן, - מיין פיינדין – די וועלכע זאָגט צו מיר, וואו איז ער דיין גאָט? מיינע אויגן וועלן דאַן זען אויף איר, יעצט וועט זי זיין געטראָטן ווי בלאָטע אין גאַס. א. א. וו.

פעלקער וועלן זען און זיך פאַרשעמען פון זייער – געוועזענער[29] – גבורה, זיי וועלן לייגן אַ האַנט אויף מויל, און די אויערן וועלן זיי פאַרטויבט ווערן". ילחכו עפר כנחש כזחלי ארץ ירגזו ממסגרותיהם אל יהוה אלהינו יפחדו ויראו ממך (שם). "ערד וועלן זיי לעקן ווי דער שלאַנג. ווי ערד קריכערס, וועלן זיי ארויסציטערן פון זייערע שטייגן צום אויבערשטן אונזער גאָט, זיך שרעקן, און פירכטן פאַר דיר"[30].


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. עקזיסטירן = קיימים.
  2. עקזיסטענץ = קיום.
  3. גענצלעך = לחלוטין.
  4. אויסוואורף = נבל, בן בליעל, שקץ.
  5. די מענטשן פון האבן געארבעט פאר יעווסעקציע. אין לשון הקודש יבסקציה. (עיין וויקיפעדיע יבסקציה) יבסקציה (מרוסית: ЕвСекция, קיצור של Еврейская секция) הייתה המחלקה היהודית של המפלגה הקומוניסטית הסובייטית שהוקמה כמתחרה למפלגות הציוניות ולבונד, במטרה לדכא את היהדות ו"הלאומניות הבורגנית" ולהחליף את התרבות היהודית המסורתית ב"תרבות פרולטרית" ובמטרה לכפות את רעיונות הדיקטטורה של הפרולטריון על מעמד הפועלים היהודי. יעד חשוב של היבסקציה היה להוריד את חשיבות העולם היהודי לטובת השלטון הקומוניסטי. הוועידה הראשונה של היבסקציה נערכה באוקטובר 1918. במשך רוב זמן קיומה הונהגה היבסקציה בידי שמעון דימנשטיין.
  6. אויסגיין = גוסס, דועך, גוע, מתמעט.
  7. אונטערגיין = חולף, שוקע, נאבד, יורד לטמיון.
  8. אין פארלויף = במשך.
  9. פארלויפיק = דערווייל = בינתיים.
  10. אקוראט = בדיוק.
  11. שוצלאז = חסר הגנה.
  12. הילפלאז = חסר ישע.
  13. פראזע = ביטוי, מליצה.
  14. אומגעפאר = ארום = בערך.
  15. אויסגעשפּראָכענע מומרים להכעיס = מומרים להכעיס "מובהקים".
  16. "מאטקע חבד" אדער "וויטצע (=וויצן) איבער וויטצע". ניינציק זיינע וויטצען אין ריין זשארגאן (יידיש). ארויסגעגעבן פאן (=פון): לעוויטאן, מ.י. צווייטע אופלאגע פאן (=פון): ר' יצחק פונק. ווילנא תרנ"ג. עיין מאטקע
  17. פעדערן זיך = קום השכם, הקדם, הזדרז.
  18. אויספירן = לבצע, להשיג, להוציא לפועל, להסיק מסקנה.
  19. גומען = חך.
  20. שיינט צו זיין = ווי עס שיינט = כמדומה.
  21. שענקען = לסלח. עס איז דא נאך א באדייטונג = לתת במתנה.
  22. איינשטעלן = להתקין. איינגעשטעלט = מהותקן
  23. מאשינעריע = מערכת מכונות.
  24. באגיין = לבצע, לעשות, לנהוג.
  25. פארפאלגן = לרדוף, להציק.
  26. מאָסשטאַב = קנה מדה.
  27. קריזיס = משבר, נקודת מפנה, שעת חירום.
  28. שעם = שאנדע = בושה.
  29. געוועזן = קודם, לשעבר.
  30. און פירכטן פאר דיר = און וועלן האבן א פארכט פון דיר.