עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן
עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה
א. הקדוש בעל החפץ חיים פלעגט זאָגן: עס פּאַסירן ביי יעדן מענטש מאָָמענטן ווען ער מוז זיך אנטשליסן ווי צו האַנדלען וועגן אַ געוויסע אָנגעלעגנהייטן, אָבער ער ווייסט נישט ווי צו טאָן.
עס פּאַסירט, דאָס (= אז) די זאַך איז דעם מענטש נוגע בנפשו, און בשעת ער ווייסט נישט ווי זיך צו באַשליסן, איז ער אין פאַרצווייפלונג. קומט צו אים איינער און זאָגט: דו קענסט פרעגן דיין ספק ביי השי"ת און הערן פון אים אַן עצה ווי דו דאַרפסט טאָן, וועט יענער אים אָנקוקן כמתעתע, ווי אזוי דאָס מעגלעך? פלעגט זאָגן דער חפץ חיים ז"ל אַז דאָס איז מעגלעך פאַר יעדן מענטש. עס איז דאָ אַ תורה אין וועלכע עס געפינט זיך תשובות אויף אַלע ספיקות אין דער וועלט. ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, עס איז נישטא אַ זאַך וועלכע איז נישט אָנגעדייט אין תורה. (תענית ט).
און די תשובה וועלכע מען געפינט אין דער תורה דאָס איז עצת ה'. מען דאַרף וויסן, דאָס (= אז) אויסער וואָס אין דער תורה זיינען דאָ מצות און איסורים, זיינען דאָרט אויך דאָ עצות, פראַקטישע עצות, און אַזוי ווי די גאַנצע תורה איז אַן אייביקע, זיינען אויך די עצות פון דער תורה אייביק.
צום ביישפיל: לעולם ישלש אדם מעותיו שליש בקרקע שליש בפרקמטיא ושליש בכספים. א מענטש זאל נישט אריינלייגן זיין גאַנצן פאַרמעגן אין איין זאַך, נאָר אים פאַרטיילן אין פאַרשידענע טיילן. אויב אין איין טייל וועט זיין הפסד, והיה הנשאר לפליטה. דאָס איז אַ פראַקטישע עצה, אַז איינער טוט נישט אַזוי, ער נישט מבטל געווען קיין מצוה, נאָר ער האָט נישט געפאָלגט אַן עצה טובה.
נאָך אַ ביישפיל: נחות דרגא נתיב איתתא, אַ מאַן זאָל זוכן פאַר זיך אַ פרוי וועלכע איז פון אַ קלענערע מדרגה ווי ער. דען די וועלט איז געשטעלט געוואָרן: והוא ימשל בך, דער מאַן זאָל רעגירן ביי זיך אין הויז, להיות כל איש שורר בביתו. אויב די פרוי איז פון אַ גרעסערער מדרגה ווי ער, דער מאַן, וועט זי רעגירן אויף אים, ומי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים. דער וואָס די ווייב הערשט איבער אים, איז זיין לעבן קיין לעבן נישט. ער וועט לעבן אַן אומגליקלעך לעבן. דאָס איז אַן אייביקע עצה ווי אַ מענטש זאָל קענען לעבן גליקלעך.
ער פלעגט זאָגן: מען דאַרף האָבן ליכטיקע אויגן צו זען וואָס עס שטייט אין דער תורה, און וואו עס שטייט, אָבער שטיין, שטייט אלץ, דאָס זיינען עצות אפילו פאַר איינציקע מענטשן. אַ פשיטא פאַר דעם כלל ישראל זיינען דאָ אין דער תורה קלאָרע אָנווייזונגען, ווי זאָל זיין דער אומגאַנג פון יידן מיט די אומות העולם אין דער צייט פון גלות. אויב מען פאָלגט נישט די עצות שטעלט מען אין געפאַר דעם כלל ישראל.
ביי די ערשטע דורות האָבן יידן געפירט זייער גלות פאָליטיק לויט די אָנווייזונגען פון דער תורה. בשעת די תנאים פלעגן דאַרפן גיין אין רוים אָפּבעטן[1] גזירות אויף יידן, פלעגן זיי פריער דורכלערנען די פרשיות פון יעקב מיט עשיו, און דאָרט האָבן זיי געפונען ריכטליניעס[2] צו האַנדלען. (רמב"ן פרשת וישלח).
די לעצטע צייט האט מען דעגראדירט[3] די תורה. ביי די תורה פרעגט מען נאָר שאלות וועגן קדיש זאָגן, אָבער פּאָליטישע פראַגן ד. ה. שאלות וואָס זיינען נוגע דעם גאנצן כלל ישראל, באַהויפּט[4] מען אז זיי האָבן מיט דער תורה קיין שייכות נישט. דערויף האָבן מיר פּראָפעסיאנעלע[5] פּאָליטיקערס און שרייבערס. און זיי זיינען די מנהיגי הדור.
און פון וועלכע קוועלע שעפן זיי די פּאָליטישע מעטאָדן? פון זייער תורה: נהיה ככל הגויים, די תורת ה' ווערט גענצעלך איגנאַרירט[6].. און אזוי ווי מען דאַרף נאָכמאַכן די גויים אין גאַנצן לעבנשטייגער, דאַרף מען אין פּאָליטיק אויך נאָכטאָן די גויים מיט זייער פּאַרטייען.
אָבער זיי ווייסן נישט אָדער ווילן נישט וויסן דאָס אויב די יידן וואָלטן פון שטענדיק זיך געפירט מיט דער שיטה: נהיה כגויים, וואָלטן שוין לאַנג קיין יידן נישט געווען אויף דער וועלט, אזוי ווי עס זיינען פאַרשוואונדן פון דער וועלט פיל מעכטיקערע פעלקער. עס איז קלאָר פאַר יעדן דענקענדן מענטש, דאָס (= אז) יידישע געשיכטע גייט מיט גאַנץ אַנדערע וועגן, אייגנאַרטיקע אייגנארטיקע[7] און אייציקאַרטיקע, וועלכע האָבן נישט זייער גלייכן ביי קיין אומה ולשון.
די וועלכע ווענדן אָן אַלגעמיינע מעטאָדן אין יידישע גלות פּאָליטיק, מעסטן מיט א פאַלשע מאָס, און וועגן מיט אַ פאַלשע וואָג. מאַנופאַקטור [8] מעסט מען מיט אַ מעטער אָדער יאַרד, און מילך מעסט מען מיט אַ ליטער אָדער אַ גלאָז. אויב איינער וועט מעסטן מאַנופאַקטור מיט אַ ליטער, און משקה מיט אַ מעטער איז ער משוגע.
דאָס זיינע אונזערע מאָדערנע פּאָליטיקערס, זיי מעסטן מיט נישט קיין אַנטשפרעכנדיקער[9] מאָס. די מעטאָדן וואָס זיינען אָנגעמאָסטן פאר די אומות וועלכע זיצן אויף זייער לאַנד, זיינען גאָרנישט צוגעפּאַסט צו דעם יידישן מצב: יעדע רעאַלע פּאָליטיק פאָדערט מען זאָל זיך צופּאַסן צו די אומשטענדן אין וועלכע מען געפינט זיך, און אַזוי ווי דער מצב פון יידן אַן אויסערגעוויינטלעכער, מוזן זיין אונזערע פּאָליטישע מעטאָדן אויך פון אַ גאַנץ באַזונדערער נאַטור. און די מעטאָדן געפינט מען נאָר אין דער תורה וועלכע האָט אַלעס פאָראויסגעזען און אַלעס פאָראויסגעזאָגט.
די צוועקמעסיקייט[10] פון די תורה מעטאָדן האט זיך ארויסגעוויזן אין פאַרלויף פון טויזענטער יאָרן. וועלכע זיינען די מעטאָדן פון דער תורה? שלש שבועות השביע הקב"ה את ישראל, דריי שבועות האָט דער אויבערשטער באַשוואוירן ישראל: אל תמרדו באומות וכו' (סוף כתובות). איינע פון די דריי שבועות איז: יידן זאָלן נישט זיין קיין רעוואָלוציאָנערן. ירא את ה' בני ומלך, ועם שונים אל תתערב, און מען האָט אונז געוואָרנט: אויב דו וועט היטן די שבועות איז גוט, און אויב נישט, וועל איך מאַכן איר זאָלט ווערן הפקר ווי די הירשן נאָך וועלכע אַלע יאָגן זיך, זיי צו פאַנגען, השבעתי אתכם בצבאות או באילות השדה.
ב. אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו, לך עמי בוא בחדריך, בשעה שאתה רואה השעה חצופה לא תעמוד כנגדה אלא תן לה מקום, הסתכלו בי שהרי אני נתתי מקום לשעה שנאמר השיב אחור ימיני (מדרש). א"ר חייא אם ראיתם אותו – עשיו – שמבקש להתגרות בכם אל תעמדו כנגדו אלא הצפינו עצמכם עש שיעבור זעמו. אמר רבי יהודה ברבי שלום, אמרו לו ישראל: רבונו של עולם אביו מברכו ועל חרבך תחיה ואתה מסכים עמדו, ואומר לנו הצפינו את עצמכם? אמר להם – הקב"ה – אם ראיתם שמזדווג לכם ברחו לתורה שנאמר סעו ופנו לכם צפונה, ואין צפון אלא תורה שנאמר: יצפון לישרים תושיה, "ווען דו זעסט אז עס גייט גוט אַ רשע, רייץ אים נישט... ר' חייא זאָגט: ווען דו זעסט אז ער – עשיו – וויל זיך אָנרייצן אויף אייך, שטעל זיך אים נישט אַנטקעגן, באַהאַלט זיך ביז זיין צייט וועט אַריבערגיין. זאָגט ריב"ש: יידן זאָגן: רבונו של עולם! זיין – עשיו'ס – פאָטער האָט אים געבענטש, ער זאָל לעבן פון זיין שווערד, און דו גיסט אים דיין הסכמה דערצו, און זאָגסט מיר זאָלן אונז באַהאַלטן? וואוהין זאָלן מיר לויפן? דער אויבערשטער ענטפערט: ווען איר זעט אַז ער גייט אייך אָנגרייפן, לויפט צו דער תורה". (מדרש דברים).
די אַלע מאמרים זיינען איינשטימיק דאָס (= אז) יידן טאָרן נישט שטעלן קיין ווידערשטאנד געגן זייערע רודפים, און דאָס איז צוועקמעסיק לויט די מצב אין וועלכן יידן געפינען זיך אין גלות. אַ איש חכם האָט געזאָגט: עס לוינט צו פירן קריג מיט איינעם בשעת איך בין שטאַרקער ווי ער, און יענער איז פרימער ווי איך. אָבער בשעת יענער איז שטאַרקער און איך בין פרימער ווי ער, איז פאַר מיר נישט ראַטזאַם צו פאַרפירן מיט יענעם א קריג.
די המנ'ס וועלכע שטייען אויף, אויף די יידן, זיינען שטענדיק שטאַרקער פון אונז, און זיינען נישט פרימער ווי איך, ממילא איז צוועקלאָז פאַר אונז צו שטעלן זיי א ווידערשטאנד.
די איינציקע ווירקזאַמע וואָפן[11] וועלכע יידן באַזיצן, זיינען תורה ותפילה. ונצעק אל ה' אלהי אבותינו וישמע שועתנו, מיר האָבן געשריגן צום אויבערשטער דעם גאָט פון אונזערע עלטערן, און ער האָט צוגעהערט אונזער וויי געשריי. אין כוחינו אלא בפה, מיר זאָלן שרייען, אָבער מיר זאָלן נישט שרייען צו די "קולטור וועלט", צו דער פעלקער ליגע, נאָר צום הימל.
ג. בשעת מען רעדט צו די אומות העולם, זאָלן מיר נישט פאָדערן, נאָר בעטן. לשון רכה תשבר גרם, א "ווייכע שפראַך ברעכט א קנאָכן"[12]. (משלי). וכי לא בני אב אחד ולא בני אם אחת הננו מה נשתנינו מכל אומה ולשון שאתם גוזרים עלינו גזירות קשות, "זיינען מיר דען נישט קינדער פון איין פאָטער און פון איין מוטער, פאַרוואָס זיינען מיר אַנדערש פון יעדן אַנדערע פאָלק, וואָס איר מאַכט אויף אונז אזעלכע האַרטע גזירות"? (ר"ה).
למה תתראו בפני אחיכם בני עשיו והני ישמעאל, דאָ שטייט אַ וואָרענונג, יידן זאָלן זיך נישט וואַרפן אין די אויגן[13] ביי די גויים. מיר זאָלן זיך היטן פון געבן אַ געלעגענהייט די אומות צו רעדן וועגן אונז. וואָס ווייניקער זיי וועלן געדענקן און רעדן וועגן אונז, איז אַלץ בעסער פאַר אונז.
נאָר אין איין זאַך זאָלן יידן זיין אייזן פעסט און נישט נאָכגעבן אפילו כחוט השערה, דאָס איז בשעת זיי זיינען גוזר גזירות אויף דער תורה. בעת נבוכדנאצר האָט גוזר געווען מען זאָל זיך בוקן צו זיין צלם, און חנניה מישאל ועזריה האָבן נישט געפאָלגט, האָבן זיי צו אים געזאָגט: מלכא נבוכדנאצר, אם מלכא למה נבוכדנאצר ואם נבוכדנאצר למה מלכא? אלא כך אמרו לו: אם למיסים וארנוניות מלכא את, אבל להעבירנו על דת תורתנו לאו מלכא את אלא נבוכדנאצר, את וכלבא שוין. "צו לייגן אויף אונז פאַרשידענע שטייערן ביסטו אונזער מלך, אָבער צווינגען אונז עובר זיין אויף דער תורה ביסטו ביי אונז גלייך ווי אַ הונט. אין דער הינזיכט[14] זאָלן יידן זיין פעסט ווי אַ מויער, זיך נישט בייגן פאַר קיין שום שטורעמווינט.
ד. דאָס זיינען אין קורצן די אָנווייזונגען פון דער תורה ווי עס זאָל זיין אונזער אומגאַנג[15] מיט די גויים. און אַזוי האָבן זיך יידן געפירט אין אַלע צייטן, ביז די לעצטע דורות וואָס דאַן זיינען אויפגעשטאַנען מאָדערנע "פירערס" וועלכע ווילן נישט וויסן פון דער תורה מיט אירע עצות. פירן זיי די יידישע פּאָליטיק, אַקוראַט[16] פאַרקערט ווי די תורה לערנט אונז. יידן זאָלן קעמפן און פאָדערן, מיט וועמען זאָל מען קעמפן? מיט די מעכטיקסטע מלוכות אין דער וועלט.
מיר באָיקאָטירן[17] און טומלען מיט קאָנגרעסן, מיר זאָלן שיסן אויף זיי מיט צייטונגס אַרטיקלען, דערמיט וועלן מיר זיי אָפשרעקן. יידישע צייטונגען ווייזן אויף באותות ובמופתים אַז די שונאי ישראל זיינען געגן קולטור, געגן דעמאקראטיזם וכו', מען זאָגט מוסר דעם קאָזאַק: שאַנדע הער קאָזאַק. און הגם מען זעט דאָס שונאי ישראל ווערן נישט פרימער פון די מוסר וועלכע אונזערע שרייבערס זאָגן זיי, אף על פי כן ווערן אונזערע צייטונגען נישט מיד אין זייער נוצליכע אַרבעט: רעדן אל העצים ואל האבנים.
וועגן דעם אַז עס איז דאָ וואָס צו זאָגן צו אונז אליין, וועגן לינקיזם, מאָדערניזם, און אַלערליי איזמען[18] מיט וועלכע מיר זיינען געבענטש געוואָרן אין די לעצטע צייטן – וועגן דעם מאַכן זיך אונזער שרייבערס נישט וויסנדיק.
נביאיך (דיינע רעדנערס און נביאי השקר) חזו לך שוא וטפל ולא גילו על עונך להשיב שבותך ויחזו לך משאת שוא ומדוחים. עס איז ידוע דאָס בעת עס איז געווען נבואה ביי יידן זיינען אויך געווען נביאי שקר. בשעת די נביאי אמת האָבן געשריגן: הודע את ירושלים את תועבותיה, האָבן די נביאי השקר געזאָגט אז זיי זיינען עוכרי ישראל, זיי זאָגן נאָר שלעכטס אויף יידן. בשעת די נביאי האמת האָבן געשטעלט זייער לעבן אין סכנה, און האָבן מקיים געווען: גוי נתתי למכים ולחיי למורטים. דאַן זיינען די נביאי השקר געווען פון די אוכלי שולחן איזבל.
די אויפגאַבע פון די נביאי האמת איז געווען: וועקן יידן פון שלאָף. די נביאי השקר האָבן געזען זייער אויפגאַבע אין אַ פאַרקערטער ריכטונג פאַרשלעפרן יידן מיט זיסע חלומות. און דאָס איז גאַנץ פאַרשטענדלעך: שווימען מיט דעם שטראָם איז לייכטער און באַקוועמער ווי שווימען געגן שטראָם.
יעצט האָבן מיר נישט קיין נבואה, אָבער נביאי שקר האָבן מיר די והותר: נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע, אוכלי שולחן איזבל, וועלכע שפייזן זיך אין פארשידענע פאָנדן. און אַזוי ווי דאַן האָט דער כלל ישראל שרעקלעך געצאָלט פאַר דעם וואָס זיי האבן זיך געלאָזט פירן פון די נביאי השקר, איז יעצט די זעלבע.
ה. דער מצב פון יידן אין יעצטיקן מאמענט איז דער שרעקליכסטער פון די גאנצע צייט פון גלות. דער כח פון יידן אין אלע צייטן איז באשטאנען[19] אין זייער צוגעבונדקייט צו דער תורה. דאס זיי געגעבן גייסטיקע קרעפטן. די תורה האט זיי געוויזן דעם וועג און האט זיי געטרייסט, געגעבן האפונג און מוט. יידן האבן געוואוסט אז זיי זיינען נישט עלענד, דען עס איז שומר עמו ישראל. די לעצטע דורות זיינען אויפגעשטאנען ביי אונז מסכילים וועלכע האבן אפגעריסן יידן פון דער תורה, זיינען יידן געבליבן אן וועגווייזערס, אן טרייסט, און אן האפענונג, זיינען זיי יעצט די עלענדסטע אין דער וועלט, און געפינען נישט קיין שום אויסוועג, נאר זיך אליין נעמען דאס לעבן.
ו. די גרעסטע קללה פון אַלע קללות אויף אונז, איז יעצט אונזער צעשפליטערונג[20] אין פּאַרטייען מיט פּאַרטיילעך אין פארשינענע פאָרמען פון רעליגיאַנסלאזיגקייט[21], פון רעפאָרמער ביז פּסעוודאָ[22]-אָרטאָדאָקסן, וועלכע זיינען די זעלבע רעליגיאַנסלאָזע[23] אונטער אַ מאַנטל פון אָרטאָדאָקסיע.
עס איז נישטאָ קיין אחדות, און דאָס מוז זיין, דען ווי קען זיין אחדות ביי אַרמיי וועלכע איז נישט דיסציפּלינירט[24], עס איז נישטאָ קיין אַלגמיין אָנערקענטע אויטאָריטעט[25]. בשעת די תורה האָט געהערשט ביי יידן איז די כלל ישראל געווען דיסציפלינירט. אַלע האָבן אָנערקענט די אויטאָריטעט פון דעת תורה. יעצט האָט מען אויסגעביטן די אמונה אין דעת תורה אויף די אמונה אין פּאַרטיי פּאָגראַמען. אַנשטאָט צו פאָלגן אונזערע אַלטע חכמים פאָלגט מען די פּאַרטיי פירערס. ד. ה. אַנשטאָט צו גלויבן אין נביאי אמת, גלויבט מען יעצט אין נביאי שקר. און דער שקר קאָסט אונז זייער טייער.
מיר ווערן יעצט געצאָלט מיט די גאַנצע הונדערט פּראָצענט. קורץ געפאַסט[26]: אונזער וועג איז אָנגעצייכנט צאי לך בעקבי הצאן, גיי נאָך די טריט פון די שאָף. בשעת מען לייגט אונז פאָר[27], אַ געוויס מיטל, זאָל מען נאָכזען אויב אונזערע עלטערן האָבן אָנגעווענדט[28] דאָס מיטל, דאַרפן מיר עס אויך טאן, און אויב זיי האָבן נישט אזוי געטאָן, זאָלן מיר עס אויך נישט טאָן.
צום ביישפיל: מען לייגט פאָר, רופן אַ וועלט קאָנגרעס, עס איז קלאָר אַז אונזערע עלטערן האָבן קיין מאָל נישט גערופן אַזאַַ אסיפה, דען: בנין ילדים סתירה, טאָרן מיר עס נישט מיטמאַכן. און אַזוי אויף יעדער שאלה וועלכע שווימט ארויף ביי אונז, אויב מען זאל עס טאָן אָדער נישט, דאַרף מען אויסגעפינען ווי האָבן געטאָן אונזערע עלטערן אין אַזאַ פאַל, דער וועג איז דער איינציקער זיכערער.
ז. סוף דבר: כל זמן מיר לאָזן זיך פירן פון די מאָדערנע פאַרפירערס[29] וועלכע האָבן אריינגעפירט יידן אין קריגסצושטאַנד מיט הקב"ה. האָבן מיר נישט קיין שום אויסזיכט, אַז אונזער מצב זאָל בעסער ווערן. פאַרקערט, אַלע טאָג ווערט ערגער. נאָר איין איינציק מיטל צו אונזער רעטונג האָבן מיר: מאַכן שלום מיט השי"ת דעם שומר ישראל, דאַן וועט זיין שלום על ישראל.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ אפּבעטן = לבקש חנינה.
- ↑ ריכט-ליניע = קו כיוון.
- ↑ דעגראדירן = להשפיל, להוריד בדרגה.
- ↑ באהויפּטן = לטעון.
- ↑ פּראפעסיאנעל = מקצועי.
- ↑ איגנארירט = מוסתרת פנים. איגנארירטן = הסתר פנים.
- ↑ אייגנארטיק = אפיני, תכונתי.
- ↑ מאנופאקטור = טקסטיל, אריג.
- ↑ אנטשפרעכנדיק = מתאים.
- ↑ צוועקמעסיקייט = תועלתיות, תכלתיות.
- ↑ ווירקזאמע וואפן = נשק פעיל, יעיל.
- ↑ קנאכן = עצם.
- ↑ זיך נישט ווארפן אין די אויגן = ווארפן אויגן = ללטש עינים.
- ↑ הינזיכט = שייכות, קשר.
- ↑ אומגאנג = יחס, מהלך, התנהגות.
- ↑ אקוראט = בדיוק.
- ↑ באָיקאָטירן = החרם.
- ↑ איזמען = דאס איז א ווארט וואס האט מען גענוצט אין ליטע וועגן די אלע שיטות וואס ענדיקן זיך מיט די אותיות "יזם". ליבעראליזם, דעמאקראטיזם, סאציאליזם, קאמוניזם, א.א.וו.
- ↑ באשטאנען = היה תלוי, היה מורכב.
- ↑ צעשפּליטערונג = פּלוג, פּצול.
- ↑ רעליגיאַנסלאזיגקייט = חילוניות, (לא דתיות).
- ↑ פּסעוודאָ = מדומה, מזוייף.
- ↑ רעליגיאַנסלאָזע = חילוניים, (אינם דתיים).
- ↑ דיסציפּלינירט = ממושמע.
- ↑ אויטאריטעט = סמכות, רשות.
- ↑ קורץ געפּאַסט = קורץ געזאגט = בקיצור.
- ↑ פאָרלייגן = להציע.
- ↑ אנגעווענדט = השתמשו, נקטו.
- ↑ פארפירער = מפתה.