עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן הקדמה
עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה
די צייט אין וועלכער מיר לעבן יעצט איז אן אומגעוויינטלעכע. איבערהויפט בנוגע צו דעם יידישן מצב, זעען מיר אזעלכע זאַכן, וואָס קיינער האָט זיך נישט פאָרגעשטעלט.
די פּאַסירונגען קומען מיט אַזאַ שנעלקייט, און זיינען אזוי אויסערגעוויינטלעך און איבערראַשטע, דאָס (= אַז) מען בלייבט ווי צעטומעלט, נישט פאַרשטייענדיק וואָס איז דאָ געוואָרן פּלוצלינג. "והייתי משוגע ממראה עיניך" (פרשת תבא) דו וועסט ווערן ווי אַ משוגע, פון דעם וואָס דיינע אויגן וועלן זען. אָבער אַז מען זוכט אין דער תורה, ווערט אַלץ קלאָר און פאַרשטענדלעך. אלע פּאַסירונגען פון דער יידישער געשיכטע, אין פאַרגאַנגענהייט און אין קעגנוואַרט[1], זיינען פאָרגעקומען און קומען פאָר, אַקוראַט[2] ווי זיי זיינען פאָראויסגעזאָגט געוואָרן אין תורה שבכתב ושבעל פה.
יעדער וואָרט פון דער תורה איז רעאַל[3], דאָס איז די גרעסטע רעאַליטעט[4] אין דער וועלט. מיט טויזנטער יאָרן צוריק האָט מען אונז פאָראויסגעזאָגט "והפיצך ה' בכל העמים מקצה הארץ ועד קצה הארץ" (פרשת תבא) דער אויבערשטער וועט דיר צעשטרײַען[5] צווישן אלע פעלקער פון איין עק וועלט ביז צום אנדערן עק וועלט, איז דאָס געוואָרן א פאַקט.
אויב עס זיינען ביז יעצט געווען פאַרוואָרפענע ווינקלען אין דער וועלט וואו עס זיינען קיין יידן נאָך נישט געווען, ווערען זיי יעצט דאָרטן אהינגעטריבן, עס מוז נתקיים ווערן בוכשטעבלעך[6] בכל העמים, צווישן אַלע פעלקער.
"והיית עשוק ( = פּאָגראָמירט) ורצוץ (= רצוץ משפט = בארויבט פון רעכט), זעען מיר יעצט מדינות וואו מען פּאָגראָמירט יידן און נאַכער ווערן יידן געמישפט אַז זיי האָבן געמאַכט א פּאָגראָם אויף גויים. כדי צו פאַרשטיין דעם זין פון די יעצטיגע יידישע פּאַסירונגען, זאָל מען זוכן אין פסוקים או מאמרים וועגן עיקבתא דמשיחא, פאַרגלייכענדיק די לעבעדיקע פאַקטן מיט אַלעס וואָס איז דאָרטן פאָראויסגעזאָגט געוואָרן, וועט מען זען אין דער תורה ווי אין אַ קלאָרן שפיגל די פּאַסירונגען אין זייערע סיבות, אַלעס וואָס איז דאָרט פאָראויסגעזאָגט, איז געוואָרן א פאַקט, און אַלע פאַקטן זיינען דאָרט פאָראויסגעזאָגט געוואָרן.
לאָמיר אָנפאַנגען צו לייענען אין דער תורה: