עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק ח די נאציאנאלע אידייען
עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה
א. די מאָדערנע נאַציאָנאַלע אידיי ביי יידן איז אַלט אומגעפאַר 60 יאָר. דער פאָטער פון דער אידיי ביי יידן איז געווען דער בעל השחר הידוע[1] וועלכער האָט זיין גאַנצע לעבן געקעמפט געגן די תורה. און ווי עס שיינט האָט ער געדענקט אַז די תורה איז שוין געשטאָרבן און מען דאַרף איר ירשענען, האָט ער דערפונדן [2] אַ סוראָגאַט[3] אַנשטאָט די תורה: די נאַציאָנאַלע אידיי[4].
אייגענטלעך[5] איז דאָס נישט געווען זיין אריגינעלע דערפינדונג[6], דען אין יענער צייט, פאַר דעם באַלקאַנישן קריג [7], איז די יידן איינגעשטאַנען ביי די קליינע פעלקער וועלכע האָבן געשטרעבט זיך צו באפרייען פון טערקיי, אַזוי אַז ער האָט געהאַט נאָר איבערצוטראָגן אויף יידישן באָדן אַ פאַרטיקע נטיעה.
ב. די שיטה באַשטייט[8] אין דעם: צו זיין אַ ייד איז גענוג אז מען איז נאַציאָנאַל געזאָנען[9] מער דאַרף מען נישט. זיינע נאָכפאָלגערס האָבן דערגאַנצט[10] די תורה פון זייער רבי, דאָס מען קען זיין זאָגאַר[11] געשמדט, און דאָך זיין גוטער נאַציאָנאַלער ייד.
וואָס איז די מיינונג פון דער תורה וועגן אַזאַ שיטה: די הלכות וועגן דעם זיינען גאַנץ קלאָרע: בשלשים וששה מקומות הזהירה התורה על הגר, אין 36 פלעצער אין חומש, האָט די תורה געוואָרנט איבער די אויפמערקזאמקייט, מיט וועלכע מוז מען באַהאַנדלען דעם גר. דער גר דאַרף מען צערטלען[12] ווי מען צערטעלט אַ בן יחיד. פון וואַנען שטאַמט דעם גר? ער קען זיין אַן אייניקל פון המנען. אָבער ווי איז פאַרקערט אַ זון פון דעם גרעסטן מענטש ביי יידן וואָס האָט זיך געשמדט? איז מורידין ולא מעלין, ער איז ביי אונז נידיריקער ווי אַ הונט, אויף אַ הונט איז נישטאָ קיין מצוה מורידין.
מיר זעען פון דעם אז די אפשטאַמלונג אליין אַן תורה, שפילט ביי אונז קיין ראלע נישט. קומט אויס אז די נאַקעטע נאַציאָנאַלע אידיי איז א נייער אָפּגאָט וואָס איז נישט אָנערקענט[13] פון דער תורה, איז דאָס עבודה זרה.
אין פאַרלויף פון דער צייט איז ביי די נאַציאָנאַלע געבוירן געוואָרן אַ קינד און מען האָט אים אַ נאָמען געגעבן" נאַציאָנאַל-רעליגיעז. דער נאָמען באַדייט אַז רעליגיעז אליין איז נישט גענוגיק, מען דאַרף דערגאַנצן מיט נאַציאָנאַל. אין דעם נאָמען אליין איז אַנטהאַלטן אַ כפירה אין איינע פון יסודות האמונה.
עס שטייט תורת ה' תמימה, דער אויבערשטערס תורה איז גאַנץ, אָן אַ מום, עס פעלט אין איר קיין זאַך נישט, און מיר זיינען פאַרזאָגט געוואָרן: לא תוסיפו, וכל המוסיף גורע, איר זאָלט קיין זאַך נישט צולייגן – צו דער תורה – און דער וועלכער לייגט עטוואָס צו, נעמט אין דער ווירקלעכקייט ארונטער, אַנשטאָט צו צולייגן.
עס איז קלאָר דאָס וויבאַלד דער מאָדערנער נאַציאָנאַליזם ביי יידן איז עבודה זרה, קומט ממילא אויס אַז די נאַציאָנאַל-רעליגיעזע שיטה איז עבודה זרה בשיתוף, אייגענטלעך איז די אידיי פון צוגעבן אַ צווייטע תורה שוין גאַנץ אַלט.
דער רמב"ם שרייבט אין זיינע בריוו: זייט מתן תורה איז די וועלט אויפגעשטאַנען קעמפן געגן די תורה דורך פאַרשידענע מעטאָדן. איין אופן איז געווען: ביד חזקה, דורך גזירות און שמדות. איז געקומען אויף דערויף די הבטחה: כל כלי יוצר עליך לא יצלח (ישעיה), קיין פלאַטער מאַשין[14] וועט נישט מצליח זיין דיר צו באזיגן. א צווייטער אופן איז פאַרקערט: בפה רך, ווייכע רייד, אגיטאַציע[15] און דיסקוסיעס[16]. דורך די הסתות און וויכוחים, האָט מען אונז מבטיח געווען: וכל לשון תקום אתך למשפט תרשיעי, יעדע שפּראך וואָס וועט זיך שטעלן אויסטענהען מיט דיר וועסטו באַזיגן. אין משך פון פיל דורות איז דערפונדן געוואָרן אַ ניי מיטל, זאגן: די תורה איז גוט נאָר מען דאַרף צוגעבן איר א צווייטע תורה, עכ"ל.
די אַלע מעטאָדן וועלכע דער רמב"ם דערמאָנט זיינען שטענדיק אָנגעווענדט געוואָרן[17] פון אויסן זייט[18] דורך די גויים. אָבער יעצט אין עיקבתא דמשיחא די אַלע מיטלען ווערן גענוצט פון אונזערע אייגענע אנטי רעליגיעזע און רעליגיעזלאזע[19].
דער ערשטער אופן, ביד חזקה: דאָרט וואו זיי האָבן געלעגענהייט דערצו, אזוי ווי אין די רויטע מדינה, וואו איז די הויפט פאַרפאָלגונג אָרט[20] פון ערלעכע יידן, זיינען אונזערע אייגענע משומדים. און אין נאָך אַ געוויס אָרט, וואו זיי האָבן די געלעגנהייט צו רעגירן אויף ערלעכע יידן.
דער צווייטער אופן, בפה רך: אין אַנדערע ערטער, וואו זיי האָבן נישט קיין פיזישע מאַכט, ווענדן זיי אָן די צווייטע מעטאָד, דערנידריקן תורה דורך אַלערליי מיטלען, מיט שרייבן און רעדן. דער דריטער אופן: וואָס באַשטייט אין צוגעבן א צווייטע תורה, ווערט פאַרווירקלעכט דורך די נאַציאָנאַלע-רעליגיעזע.
ג. די לעצטע האָבן געבראַכט א שרעקלעכע בלבול הדעת ועירבוב המושגים. פאַר זיי זיינען אויפגעשטאַנען איז געווען קלאָר דאָס א ייד איז נאָר דער וועלכער אָנערקענט אויף זיך דעם עול תורה. אַ כופר בתורה איז זעלבע ווי א משומד. ער איז מיט יידן קיין מחותן נישט. אָבער די נאַניאָנאַלע-רעליגיעזע זאָגן אנדערש: ער איז טאַקע א כופר, אָבער וויבאַלד ער איז נאַציאָנאַל-רעליגיעזע איז ער משלנו. די הלכה זאָגט: כל אדם שאין בו יראת שמים אסור למנותו לשום מנוי בישראל (רמב"ם ריש הלכות מלכים), זיינען זיי מכשיר כופרים צו זיין מנהיגים פון כלל ישראל.
ד. עס שטייט: מצרף לכסף וכור לזהב ואיש לפי מהללו, "א לייטער מאַשין[21] פאַר זילבער, א פּראָבּיר מאַשין[22] פאַר גאלד, און א מענטש – ווערט דערקענט – לויט זיין לויב". אויף כסף איז דאָ אַ פּראָבּע דער מצרף, זהב ווערט פּראָבּירט דורך א כור. ואיש? ווי פּראָבּירט מען א מענטש, ווי זאָל מען וויסן וואָס ער איז אין זיין פנימיות? לפי מהללו, מען זאָל זען וועמען ער איז מהלל. אויב ער שטענדיק מהלל טובים, איז זיין שורש טוב, אויב מען זעט אז ער איז מהלל רשעים, איז אַ סימן דאָס ער איז אליין דאָס זעלבע (שערי תשובה לרבינו יונה). בשעת מען זעט וועמען די נאַניאָנאַלע-רעליגיעזע זיינען מהלל און מכבד, ווייס מען וואָס זיי אליין זיינען. עס איז קלאָר דאָס דער וואָס איז א חובב תורה קען נישט זיין אַ אוהב פון שונאי תורה. דער וועלכער איז מכבד תורה קען נישט מכבד זיין בוזי תורה. לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב אלא מפני שהוא מינו, חילוק כבוד לרשעים אש היא עד אבדון תאכל (שערי תשובה לרבינו יונה).
ה. דער צוזאמענגאנג רעליגיעז מיט נאַציאָנאָל האָט געבראַכט נאָך אַ צווייטע זאַך: עס איז באַוואוסט דאָס די לעצטע הונדערט יאָר איז דייטשלאנד געשאַפן געוואָרן אַ באַשעפעניש וואָס כדי לשבר את האוזן האָט מען עס א נאָמען געגעבן חכמת ישראל, די שעפערס פון דער חכמה האָבן געהאַט א באַשטימטן צוועק: פּראָפאַנירן[23] אלעס וואָס ביי יידן איז הייליק, אויסרייסן דעם גלויבן אין די הייליקייט פון דער תורה, אַראָפּרייסן דעם אויטאריטעט[24] פון חז"ל, דעגראַדירן[25] די חכמי התלמוד און זיי פאָרשטעלן אַלס געוויינלעכע מענטשן וועלכע האָבן געזאָגט וואָס זיי האָבן געוואָלט. פון דעם איז געשאַפן געוואָרן אַ גאַנצע ליטעראַטור אין דער פאָרם פון: געשיכטע די יידן, געשיכטע דער יידישער ליטעראַטור ביז ביבל קריטיק [26] ועד בכלל. די רעליגיעזע יידן האָבן ריכטיק אָפגעשאצט די מחברים פון דער חכמה אַז דאָס זיינען פשוט מסיתים ומדיחים. אָבער די נאַניאָנאַלע-רעליגיעזע האָבן אויפגענומען די נייע חכמת ישראל מיט ליבע און ערפורכט[27], און האָבן עס אריינגענומען אַלס אַ ווינקל-שטיין אין דער דערציאונג פון יונגן דור. דער לימוד פון יידישע געשיכטע בנוסח אשכנז בילדט איינע פון די הויפט לימודים אין זייערע בתי ספר. אין געוויסע מדינות גיבט עס זאָגאַר[28] ישיבות, אין וועלכע עס ווערט אָפּציעל געלערנט דור דור ודורשיו, ווי אויך גרעטץ[29] און גייגער[30] וכו'. עס איז לייכט זיך פאָרצושטעלן וואָס פאַר יראת שמים די תלמידים באַקומען פון אַזעלכע ספרים וועלכע זיינען דורכגעדרונגען[31] פון כפירה. דאָס איז אַ פרוכט פון מזווג זיין נאַציאָנאַל מיט רעליגיעז.
ו. טראָץ דעם וואָס די תורה וואָרענט: אסור להתחבר לרשעים אפילו לדבר מצוה, מען טאָר זיך נישט מתחבר זיין צו אַ רשע, אפילו דאַן ווען עס האַנדלט זיך צו טאָן אַ מצוה. זאָגן זיי: לא כי, מיט אונזער התחברות לרשעים וועלן מיר מחזיר למוטב זיין, ד. ה. זיי האָבן געדענקט זיין קליגער און פרימער פון דער תורה. אָבער די תורה לערנט אונז: אל תהי צדיק הרבה, הרבה, באַדייט, מער ווי די מאָס. וויפל איז די מאָס? וויפל די תורה הייסט. פרימער ווי די תורה טאָר מען נישט זיין.
מען זאָגט בשם רבי ישראל סאַלאַנטער: עס פּאַסירט ביי אַ מענטש, אז ער וויל טאָן אַ זאַך וואָס ער פאַרשטייט אַז די תורה הייסט אים נישט טאָן. אָבער דער מענטש זאָגט: איך זע אַז פון דעם וועט ארויסקומען אַ גליק – אין רוחניות – איך וועל דערמיט ראַטעווען יידישקייט. האָט דער גאון געזאָגט דערויף אַ משל: אַ מלך האָט געשיקט זיינער אַ שר מיט אַ געוויסע שליחות צו אַ צווייטן מלך. פאַר דער רייזע, האָט דער מלך אָנגעזאָגט דעם שר: טאָמער וועלן די שרים פון יענער מדינה דיר פאָרלייגן דו זאָלסט זיך וועטן[32] מיט זיי, זאָלסטו עס נישט טאָן. און האָט אים ווידערהאָלט[33] אייניגע (= איינציקע) מאָל: דו זאָלסט זיך נישט וועטן פאַר קיין פאַל. דער שר איז געגאַנגען און געטאָן זיין שליחות. פאַר זיין רייזע צוריק, זאָגן יענע שרים צו אים: דו האָסט אַ הויקער[34] – אַ פּוקל[35] – זאָגט ער: איך האָב נישט קיין הויקער, איך האב קיין מאָל נישט געהאַט. זאָגן זיי: לאָמיר זיך וועטן אין אַ מיליאָן אויב דו האָסט נישט אַ הויקער. דער שר האָט זיך דערמאָנט אַז דער מלך האָט אים פאַרזאָגט, ער זאָל זיך נישט וועטן, נאָר ער האָט געדענקט: דאָס איז אַזאַ זאַך אין וועלכע עס איז נישטאָ קיין שום ספק פון אַ היזק, פאַרוואָס זאָל איך עס נישט טאָן: און ער האָט מסכים געווען זיך צו וועטן. מען האָט אים אויסגעטאָן נאַקעט, און מען האָט אים געזען אַז ער האָט נישט קיין הויקער. האָט ער באַלד באַקומען דאָס געלט, און איז געגאַנגען צוריק שמח וטוב לב. אַז ער געקומען צו דעם מלך, און האָט אים דערציילט פון דעם געווינס[36], זאָגט דער מלך צו אים: בשעת איך האב דיר פאַרזאָגט דו זאָלסט זיך נישט וועטן, האָב איך געוואוסט וואָס איך זאג, זיי האָבן זיך געהאַט געוועט מיט מיר הונדערט מאָל אַזוי פיל, אויב זיי וועלן נישט אויסטאָן מיינער אַ שר נאַקעט. קומט אויס אַז צו דעם מיליאָן וואָס דו האָסט געוואונען, וועלן מיר דאַרפן צולייגן נאָך 99.
דאָס זעלבע איז אַז דער מענטש דענקט: טאַקע די תורה זאָגט אַז דער מענטש זאָל עס נישט טאָן, אָבער איך זע אַז פון דעם וועט זיין אַ גליק. דאַרף מען אים זאָגן: די גליקן וועלכע דו זעסט, האָט די תורה געזען פריער ווי דו, און אף על פי כן האָט זי געזאָגט מען זאָל עס נישט טאָן, איז אַ סימן אַז פון די גליקן וועט ארויסקומען אומגליקן, נישט קיין גליקן.
דער רעזולטאט[37] פון התחברות לרשעים איז ארויסגעקומען ווי די תורה האָט פאראויסגעזען: אַנשטאָט מחזיר למוטב זיין די רשעים, זיינען די נאַציאָנאַלע-רעליגיעזע געוואָרן טרייע שילערס פון די פרייע, און געווענדט זייער גאַנצע גבורה געגן די נושאי דגל התורה אין אַלערליי פאָרמען, פאַרמאַסקירטע[38] און נישט קיין פאַרמאַסקירטע. זיי זיינען אַ בריק צווישן צוויי לאַגערן: די רעליגיעזע און רעליגיעזלאָזע. נאָר געוויינטלעך אויף אַ בריק זעט מען עוברים ושבים, אָבער אויף דעם נאַציאָנאַלע-רעליגיעזע בריק זעט מען נאָר עוברים, קיין שבים טרעפט מען דאָרט נישט.
אין נביא חגי שטייט: הן ישא איש בשר קדש בכנף בגדו, ונגע בכנפו אל הלחם ואל הנזיד ואל היין ואל שמן ואל כל מאכל, היקדש? ויענו הכהנים ויאמרו לא, ויאמר חגי אם יגע טמא נפש בכל אלה היטמא? ויענו הכהנים ויאמרו יטמא. ויען חגי ויאמר כל העם הזה וכן הגוי הזה וגו'. "ווען אַ מענטש טראָגט אין זיין פּאָלע[39] הייליקטימער[40] וועט ער הייליק ווערן? האָבן די כהנים געזאָגט: ניין. ער האָט ווייטער געזאָגט: און ווען אַ טמא וועט באַרירין דאָס אַלץ וועט ער טמא ווערן? האָבן די כהנים געזאָגט: יע, ער וועט טמא ווערן. דאַן האט ער געזאָגט: אַזוי איז אויך דאָס פאָלק". דאָס באַדייט פון אָנרירן זיך אין קדושה ווערט מען נישט קדוש, אָבער פון אָנרירן זיך אין טומאה ווערט מען טמא.
די תורה זאָגט עדות: אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים וגו' – אם הלך סופו לעמוד, ואם עמד סופו לישב, ואם ישב סופו וכו'. וואויל איז דער מאַן וועלכער גייט נישט נאָך די עצות פון די רשעים, א. א. וו. איז ער געגאַנגען וועט ער אויך דאָרט שטיין בלייבן, איז ער שטיין געבליבן וועט ער אויך זיך זעצן צווישן זיי, האָט ער זיך געזעצט, א. א. וו. (ע"ז). די עדות פון דער תורה איז אַ אייביקע פאַר אַלע צייטן, און פאַר אַלערליי מענטשן. דער וואָס דענקט אַז ער וועט זיין אַן אויסנאַם פון דעם, איז אַ שוטה און גס רוח. דער וועלכער פאָלגט די עצות פון דער תורה, איז אשרי לו.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ פרץ בן משה סמולנסקין (1842-1885) היה משכיל סופר עברי, מראשי תנועת חיבת ציון, ומאנשי ההשכלה היהודית. לפי תפיסתו, עם ישראל הינו עם ייחודי - המאחד אותו הוא תרבותו, ההיסטוריה שלו ושפת התנ"ך, ולא ארצו, ואל שמירת המצוות. סמולנסקין הוציא בווינה כתב עת עברי בשם השחר, בשנים 1868-1885. השחר היה כתב העת הראשון שעסק בבעיותיהם האקטואליות של היהודים.
- ↑ דערפונדן = המציא.
- ↑ סוראָגאַט = תחליף, תמורה.
- ↑ נאציאנאלע אידיי = רעיון לאומי. שעם ישראל הוא לאום עם תרבות ושפה משלו ככל העמים, בלא קשר לתורה.
- ↑ אייגענטלעך = בעצם, לכאורה.
- ↑ דערפינדונג = המצאה.
- ↑ מלחמת הבלקן הראשונה: התנהלה בתקופה שבין 8 באוקטובר 1912 ובין 18 במאי 1913, בין הליגה הבלקנית, שכללה את בולגריה, סרביה, מונטנגרו, ויוון ובין האימפריה העות'מאנית. (טורקיה) כתוצאה ממלחמת הבלקן הראשונה איבדה האימפריה העות'מאנית כמעט את כל הטריטוריות שלה באירופה.
- ↑ באשטייט = תלויה.
- ↑ געזאנען = נוטה ל.. (גרמנית). נאציאנאל געזאנען = נטיה להיות נאציאנאל.
- ↑ דערגאנצט = השלימו, שכללו. דערגאנצן = להשלים, לשכלל.
- ↑ זאגאר = גם, אפילו.
- ↑ צערטלען = לפנק, ללטף.
- ↑ אנערקענט = מוכר, מוסכם.
- ↑ פלאטער מאשין = מכונת ריחוף. ר' אלחנן מרמז לאוירונים שהתפתחו בתקופתו. ובא לומר שגם ההמצאות החדישות ביותר לא ינצחו את עם ישראל.
- ↑ אגיטאציע = תעמולה, הסתה.
- ↑ דיסקוסיע = ויכוח.
- ↑ אנגעווענדט געווארן = ננקט. אנווענדן = לנקט. לשמש.
- ↑ פון אויסן זייט = מצד חוץ = מבחוץ.
- ↑ רעליגיעזלאזע =אינם דתיים.
- ↑ הויפט פארפאלגונג ארט= המקום הרדיפה הראשי.
- ↑ לייטער מאשין = מכונת זקוק.
- ↑ פּראבּיר מאשין = מכונת בדיקה. לבדוק איזה חלקים הם זהב.
- ↑ פראָפאַנירן = לטמא, לחלל.
- ↑ אויטאריטעט = סמכות.
- ↑ דעגראדירן = להשפיל, להוריד בדרגה.
- ↑ ביבל קריטיק = בקורת התנ"ך.
- ↑ ערפורכט = יראת כבוד, חדרת קודש.
- ↑ גיבט עס זאגאר = יש אפילו. (גרמנית). גיבט עס = יש. זאגאר = אפילו.
- ↑ צבי (היינריך) הירש גרץ: היסטוריון ואיש מחשבת ישראל. 1817 – 1891. בשנת 1861 התמנה גרץ להיות העורך של כתב-העת של תנועת "חכמת ישראל".
- ↑ גייגר אברהם: רב רפורמי וחוקר מקרא; 1810 – 1874. למד באוניברסיטה והיה בין המתקנים את חוקי הדת וסידור התפילה.
- ↑ דורכגעדרונגען = חדורים.
- ↑ וועטן זיך = התערב, להמר, התחרה.
- ↑ ווידערהאָלטן = לחזור על מה שאמר. (גרמנית).
- ↑ הויקער = גבנת, גיבן.
- ↑ פּוקל = גבנת.
- ↑ געווינס = זכיה.
- ↑ רעזולטאט = תוצאה.
- ↑ פארמאסקירטע = מחופש, מוסוה, מוסתר.
- ↑ פּאלע = כנף בגד.
- ↑ הייליקטימער = מקומות קדושים. ר' אלחנן מבאר שהפסוק נאמר בדרך משל, "ובשר קודש" הוא מקומות קדושים. דהיינו אם אדם היה במקומות קדושים ונגע בדברים אחרים הם לא נעשים קדושים, ואם אדם היה במקומות טמאים ונגע במת ונעשה טמא לנפש ואחר כן נגע בדברים אחרים הם נעשים טמאים.