לדלג לתוכן

עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק ו עצת התורה

פֿון װיקיביבליאָטעק

עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה


פרק ו עצת התורה

א. וואָס זאָל אַ מענטש טאָן אין אַזאַ צייט? גיבט עס[1]. שוין גאָר קיין עצה נישט? דאָך: אין דער תורה געפינט זיך אַן עצה אויך צו דער צייט. שאלו תלמידיו את ר"א מה יעשה אדם וינצל מחבלי משיח, אמר להם: יעסוק בתורה וגמילות חסדים, "די תלמידים האָבן געפרעגט רבי אליעזר: וואָס זאָל אַ מענטש טאָן בכדי צו ראַטעווען פון חבלי משיח? האָט ער געענפערט: עס איז דאָ איין עצה, זיך עוסק זיין אין תורה און גמילות חסדים" (פרק חלק).

תורה מיט חסד צוזאַמען קענען העלפן אפילו אין חבלי משיח. האָט געזאָגט דער חפץ חיים ז"ל: עס שטייט יעסוק, מיינט דאָס אַז דער מענטש זאָל טאָן דערינען ווי ער טוט אין זיין עסק, אין זיין געשעפט טוט דאָך אַ מענטש מיט זיין גאַנצן האַרצן, מיט זיין גאַנצער ענערגיע, אזוי, זאָל ער טאָן אין תורה מיט חסד, דאַן וועט עס העלפן.

ב. מה נעשה לאחותינו ביום שידובר בה (שה"ש). יידן אין גלות זיינען כבשה אחת בין שבעים זאבים. "איין שעפּס צווישן זיבעציק וועלף". אין אַזאַ צושטאַנד איז די בעסטע זאַך פאַר די כבשה אויב זי וואָלט קענען מאַכן אז די וועלף זאָלן זיך פון איר פאַרגעסן. פאַר יידן איז די געזונטסטע זאַך, די אומות העולם זאָלן זיין אריינטאָן אין אנדערע אינטערעסן, און זאָלן נישט טראַכטן וועגן יידן.

בשעת עס קומט אַ צייט אַז די גויים רעדן כסדר וועגן אונז, דאַן איז פאַר אונז די גרעסטע געפאַר. האָבן געפרעגט די מלאכים: מה נעשה לאחותינו – כנסת ישראל – ביום שידובר בה? די מלאכים זאָגן: "וואָס זאָלן מיר טאָן פאַר אונזער שוועסטער – דאָס יידישע פאָלק – דעם טאָג אין וועלכן מען וועט רעדן פון איר".

דערויף[2] איז געקומען אַ תשובה מפי הגבורה: אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף, אויב יידן וועלן זיין פעסט ווי אַ מויער אין זייער אמונה, און וועלן זיך נישט בויגן צו קיין שום ווינט אין דער וועלט, דאַן: נבנה עליה טירת כסף. הכסף הזה נכנס לאש ויוצא שלם, אף ישראל נכנסים למלכויות ויוצאים שלימים, "וועלן מיר בויען אויף איר אַ זילבערנעם פּאַלאַץ, זילבער קומט ארויס גאַנץ אויך פון פייער, יידן אויך דאָס זעלבע", פון אַלע ליידן אונטער פאַרשידענע רעגירונגען וועלן זיי ארויס גיין גאַנץ. זיי וועלן זיין אין פייער און ארויסגיין גאַנץ. הסנה בוער והסנה איננו אוכל.

ואם דלה היא – כדלת הסובבת על צירה – נצור עליה לוח ארז (שמרקיב והולך). אויב זיי וועלן זיין אזוי ווי אַ טיר וועלכע לאָזט זיך דרייען אין אַלע זייטן, אַזוי וועלן זיי זיך לאָזן באַאַיינפלוסן פון יעדער צייטווייליקע באַוועגונג. פון יעדן ווינט וואָס בלאָזט מאָמענטאַל אין דער וועלט, – דאַן – ניצור עליה לוח ארז. זיי וועלן זיין ווי געהילץ[3] וואָס ווען עס ליגט אין א נאַסן אָרט ווערט עס פאַרפוילט.

דאָ איז געזאָגט אַן עצה פאַר אונז ווי מיר זאָלן זיך האַלטן אין די שווערסטע צייטן, די עצה איז אַן אייביקע: מיר זאָלן זיין פעסט אין אונזער אמונה ווי א מויער, זיך נישט בויגן צו דער וועלט. אָבער ווי איז דאָס מעגלעך אין אונזער אויסגעוויינלעכן צושטאַנד? שטייט אויך אַ תשובה דערויף, אני חומה – זו תורה, – די תורה, אין נאָר די תורה קען אונז דיסציפלינירן[4], מיר זאָלן זיין פעסט ווי אייזן.

די יידישע געשיכטע פון טויזענט יאָרן זאָגט עדות דערויף, אַז מיט דעם כח פון דער תורה זיינען יידן געבליבן גאַנץ, דורכגייעניק דורך פייער און דורך וואַסער. כי תעבור במים אתך וגו' כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך. "אַז דו וועסט גיין דורך וואַסער, בין איך מיט דיר, ווען דו וועסט דורך פייער גיין, וועסטו דיר נישט פאַרבריען, און פלאַמען וועלן דיר נישט ברענען מאַכן".

ג. אין אַ צווייט אָרט שטייט אויך דאָס זעלבע, נאָר אין אַנדערע ווערטער. הגידה לי שאהבה נפשי איכה תרעה איכה תרביץ בצהרים. בצהרים, די מיטאָג שטונדע, איז פאַר די שעפּסן די שווערסטע שעה אין מעת לעת, עס איז דאַן זייער הייס. האָט די כנסת ישראל געפרעגט איר רועה – השי"ת – "ווי וועסטו פּאַשן דיינע שעפסן בשעת עס וועלן קומען די שווערסטע צייטן פון גלות". די שעפסן וועלן ארומבלאנדזשען נישט וויסנדיק קיין וועג. איז געקומען די תשובה: אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן, "אויב דו ווייסט נישט – דעם וועג – שיינע פרוי, פאָלג נאָך די טריט פון די שאָף". בשעת דו זעסט פאַר זיך פאַרשידענע וועגן, און דו ווייסט נישט אין וועלכן וועג דו זאָלסט גיין, גיב איך דיר א קלאָרן סימן: צאי לך בעקבי הצאן, דו זאָלסט באַמערקן אין וועלכן וועג דו וועסט זען אויסגעטראָטענע טריט פון דיינע עלטערן דאָרט זאָלסטו גיין. אָבער אין אַ נייעם וועג וואו דיינע עלטערן זיינען נישט געגאנגען זאָלסטו נישט גיין. דאַן איז כל הדרכים בחזקת סכנה, אַלע וועגן אַנטהאַלטן אַ געפאַר.

די נייע וועגן זיינען פאַר דיר געפערלעך. אין וועלכע וועגן זיינען אונזערע עלטערן געגאַנגען? אין די וועגן פון דער תורה. דאָ האָבן מיר אַ קלאָרע ריכט-ליניע[5] ביי וועלכע טאַקטיק מיר זאָלן זיך האַלטן, און וועלכע מיטלען מיר זאָלן אָנווענדן צו אונזער פאַרטיידיקונג[6].


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. עס גיבט = יש. (גרמנית).
  2. דערויף = דעראויף = אויף דעם = על זה.
  3. געהילץ = עצים.
  4. דיסציפלינירן = לגרום לנו למשמעת.
  5. ריכט-ליניע = קו כיוון.
  6. פארטיידיקונג = הגנה, התגוננות, סנגוריה.