לדלג לתוכן

המשך פרק י מאמר על האמונה

פֿון װיקיביבליאָטעק

עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה


המשך פרק י מאמר על האמונה

ח. מען דערציילט, אַ גוי, אַ געלערענטער, האָט אַמאָל געפרעגט דעם גאון בעל התומים, ביי אייך אין תורה שטייט דאָך "אחרי רבים להטות", מען זאָל אורטיילן לויט דער מיינונג פון דער מערהייט. יידן, איר זייט דאָך אַ קליינע מינדערהייט אונטער אַלע פעלקער וועלכע אָנערקענען נישט אייער יידישע רעליגיע, האָט איר דאָך אייגנטלעך געדאַרפט איבערגיין צו די רעליגיעס וואָס זיינען אָנגענומען פון דער מערהייט, פאַרוואָס האַלט איר זיך ביי אייער יידישקייט?

דער גאון האָט אים געענטפערט: מיר זיינען פאַרפליכט צו גיין נאָך די מערהייט דאָרטן וואו עס איז דאָ אַ ספק, אַ צווייפל, מען ווייסט נישט וואו עס איז דער אמת. אָבער דאָרטן וואו עס איז גאָר קיין ספק נישט, וואו מען ווייסט גאַנץ זיכער וואו איז דער אמת, האָט די מערהייט גאָר קיין איינפלוס נישט. מיר זיינען זיכער אַז די ריכטיקייט פון אונזער תורה הקדושה, מיר קענען אין דעם גאָר קיין ספקות נישט האָבן, אַזוי אַז די גרויסע מערהייט וואָס איז געגן אונז, קען גאָר קיין איינפלוס נישט האָבן אויף אונז, און קען אונז גאָרנישט אַראָפּפירן פון וועג. דער תירוץ איז זיכער און קלאָר.

אָבער לויט דאָס אויבן געשריבענע איז דער קשיא אויף דעם אויך קיין קשיא נישט, ווייל אין דעם פסוק אחרי רבים להטות, דו זאָלסט דיך (= זאָלסט זיך) ריכטן נאָך דער מערהייט, האַנדלט זיך עס וועגן דיינים, וואו אַלע, די מערהייט און די מינדערהייט, זיינען כשרע דיינים און ראוי צו מישפטן, אַלע אומפּאַרטייאיש, אָן וועלכע עס איז נייגונג נישט פאַר איין צד, נישט פאַר דעם צווייטן. אָבער דאָרטן וואו די מערהייט איז פּאַרטייאיש און די מינדערהייט נישט, פאָלגט מען זיכער די מיינונג פון דער אומפּאַרטייאישער מינדעהייט.

אין באַציאונג אויף גלויבן און רעליגיע קען דער מענטש דערקענען דעם אמת נאָר, ווען ער איז ווירקלעך פריי און ריין פון אַלע תאוות עולם הזה. אַזעלכע ריינע מענטשן געפינען זיך כמעט גאָרנישט ביי די אומות, נאָר צווישן אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, וועלכע זיינען געווען ווי מלאכים אפילו אויב אונטער די אומות האָבן זיל געפונען איינציקע וואָס זיינען געווען ריין פון תאוות עולם הזה, איז דאָס נאָר אַ מיעוטא דמיעוטא, אַ נישטיקע מינדערהייט געגן אונזערע הייליקע חכמים וועלכע זיינען געווען אין די צענדליקער טויזענטער.

אזוי ווי די גמרא דערציילט אז ביי יידן זיינען געווען נביאים צוויי מאָל אזוי פיל ווי די יוצאי מצרים, ד. ה. מיר האָבן געהאַט אַ מיליאָן און צוויי הונדערט טויזענט נביאים. נאָר, זאָגט די גמרא, עס זיינען פאַרשריבן געוואָרן נאָר די נבואות, וואָס זיינען נויטיק פאר די שפעטערע דורות. דעריבער איז פאַרשריבן נאָר אַ גאַנץ קליינער טייל פון די נביאים. אָבער געווען זיינען זיי אַסאַך. גאַנץ גענוי די זעלבע זאַך איז געווען אין די צייטן פון די תנאים און פון די אמוראים.

עס שטעלט זיך ארויס אַז די פליכט צו הערן אונזערע חכמים, איז נאָר צו זיי, גייט טאַקע ארויס פון אחרי רבים להטות, דו זאָלסט דיך ריכטן נאָך דער מערהייט – וואָס מיינט: די מערהייט פון אומפארטייאישע דיינים, ווייל ווי מיר האָבן שוין געזען, זיינען דאָס אונזערע חכמים ז"ל, וואָס זיינען די איינציקע קאָמפּעטענטע [1] דאָרטן וואו עס האַנדלט זיך וועגן אמונה פרעגן, דורך דעם ווייל זייער שכל איז געווען באַפרייט פון דער קלענסטער נייגונג און נגיעה.

דער זין פון דער אויבן דערמאָנטער קשיא איז צו פאַרגלייכן מיט א קאָמפּאַניע שכורים וואָס ווילן איבערצייגן אַ ניכטערן, אַז ער מוז זיך אויך אָנשיכורן, און טענה'ן דאָס איין, מיט דעם אַרגומענט [2] אז ווי באַלד זיי זיינען א סאַך שכורים און ער איז נאָר איינער, אַ ניכטערער, איז על פי דין, אַז ער מוז זיי נאָכטאָן, ווייל אחרי רבים להטות.

גאַנץ גענוי אין אונזער פאַל, אויסער אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, איז דער געוויינליכער מענטש אזוי ווי פאַרשיכורט פון ווילן און תאוות. אונזער חז"ל זאָגן דאָך: אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, אַ פרייער מענטש איז נאָר דער וואס איז זיך עוסק אין תורה, ווייל אָן דער הילף פון דער תורה הקדושה איז עס אוממעגלעך פאַר דעם מענטש, זיך צו באַפרייען פון זיין יצר הרע, פון זיינע נטיות, און זיינע בלינדע ווילן.

ט. דער ערשטער עיקר, גרונדזאַץ – אמונה בה' – האָט אַלס דירעקט און אומבאדינגע [3] קאָנסעקווענץ [4], די איבערצייגונג פון דעם צווייטן עיקר, תורה מן השמים, – ווייל ווי באַלד אַז דער צוועק פון אַלץ וואָס איז באַשאַפן באַשטייט אין דעם, זיי זאָלן דערפילן דעם רצון ה', דעם ווילן פון זייער שעפער איינערזייטס [5]. אָבער אנדערערזייטס [6], ווידער, איז דאָך זעלבסט-פאַרשטענדלעך קלאָר, אַז עס איז אויסגעשלאסן [7] און אוממעגלעך פאַר דעם מענטש צו באַגרייפן די געדאַנקען פון דעם בורא עולם און צו וויסן וואָס איז זיין רצון.

עס איז דעריבער קלאָר, אַז עס האָט געמוזט זיין אַזוי, אַז הקב"ה האָט איינמאָל געגעבן די מענטשן צו וויסן וואָס איז זיין רצון פון זיי, און דאָס איז תורה מן השמים. נאָך ווייטער, פון דעם אַלעס פאָלגט אויך אמונה אין ביאת המשיח. ווייל נאָך דעם ווי מיר ווייסן קלאָר און זיכער, אַז דער צוועק פון דעם אַלעס וואָס עקזיסטירט איז נָאר ממילא צו זיין דעם רצון פון השי"ת, איז דער וועלט דערקעגן זעען מיר ריכטיק דעם היפוך דערפון, דער גרעסטער טייל מענטשן איז פאַרזונקען און פאַרטרונקען אין דעם ים פון תאוות, עס איז כמעט נישטא דער פאַרנינפטיקער [8], וועלכע זוכט ממלא צו זיין דעם רצון פון השי"ת, איז דאָך גאַנץ קלאָר אַז צוליב אַזעלכע מענטשן האָט אוודאי נישט געלוינט די גאַנצע בריאת שמים וארץ. מען מוז אומבאַדינגט[9] פאַרשטיין אַז עז מוז קומען אַ טאָג אין וועלכן עס וועלן מקוים ווערן די פסוקים: "ונגלה כבוד ה', והיה ה' למלך על כל הארץ". אמן ואמן.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. קאמפּעטענט = מוסמך, מוכשר, מתאים, מומחה.
  2. אַרגומענט = נמוק, טענה.
  3. אומבאדינגט = ללא תנאי, ללא ספק, בהחלט.
  4. קאָנסעקווענץ = תוצאה, מסקנה.
  5. איינערזייטס = מצד אחד.
  6. אנדערערזייטס = מצד שני.
  7. אויסגעשלאסן = בהחלט, בכלל לא.
  8. פארנינפטיקער = בעל תבונה. (גרמנית).
  9. אומבאַדינגט = בהחלט, ללא ספק.