לדלג לתוכן

טייטש יהואש דברי הימים א פרק ג

פֿון װיקיביבליאָטעק
צוריק צו טייטש יהואש אויף תנ"ך נביאים ראשונים


בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
דברי הימים א: א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט
דברי הימים ב: א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו       (אנדערע ווערסיעס פון דברי הימים א ג)


א אוּן דאָס זיינען די זין פוּן דודן וואס זיינען אים געבּאָרן געוואָרן אין חברון: דער בְּכוֹר, אַמנוֹן פוּן אַחִינוֹעַמען פוּן יִזְרְעֶאל; דער צווייטער, דניאל פון אַבִיגַיִלן פוּן כַּרְמֶל; ב דער דריטער, אַבְשָלוֹם דער זוּן פוּן מַעֲכָה דער טאָכטער פוּן תַּלְמַי דעם מלך פוּן גְשוּר; דער פירטער, אַדוֹנִיָה דער זוּן פוּן חַגִיתן; ג דער פינפטער, שְפַטְיָה פוּן אַבִיטַלן; דער זעקסטער, יִתְרְעָם פוּן זיין ווייבּ עֶגְלָהן. ד די זעקס זיינען אים געבּאָרן געוואָרן אין חברון; אוּן ער האָט דאָרטן געקיניגט זיבן יאָר אוּן זעקס חדשים; אוּן דריי און דרייסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים.

ה אוּן די דאזיקע זיינען אים געבּאָרן געוואָרן אין ירושלים: שִמְעָא, אוּן שוֹבָב, אוּן נָתָן, אוּן שלמה, – פיר, פוּן בַּת-שוּעַ דער טאָכטער פוּן עַמִיאֵלן; ו אוּן יִבְחָר, אוּן אֶלִישָמָע, אוּן אֶלִיפֶלֶט; ז אוּן נוֹגַה, אוּן נֶפֶג, אוּן יָפִיעַ; ח אוּן אֶלִישָמָע, אוּן אֶלְיָדָע, אוּן אֶלִיפֶלֶט, – ניין. ט דאָס זיינען אלע זין פון דודן, אַחוּץ די זין פוּן די קעפּסווייבּער, אוּן זייער שוועסטער תָּמָר.

י און דער זוּן פון שלמהן איז געווען רְחַבְעָם. זיין זוּן איז געווען אַבִיָה, זיין זוּן אָסָא, זיין זוּן יְהוֹשָפָט; יא זיין זוּן יוֹרָם, זיין זוּן אַחַזְיָהוּ, זיין זוּן יוֹאָש; יב זיין זוּן אַמַצְיָהוּ, זיין זוּן עַזַרְיְהָ, זיין זוּן יוֹתָם; יג זיין זוּן אָחָז, זיין זוּן חִזְקִיָה, זיין זוּן מנשה; יד זיין זוּן אָמוֹן, זיין זוּן יֹאשִיָהוּ. טו אוּן די זין פון יֹאשִיָהוּ זיינען געווען: דער בְּכוֹר יוֹחָנָן, דער צווייטער יְהוֹיָקִים, דער דריטער צִדְקִיָה, דער פירטער, שלום. טז אוּן די זין פון יְהוֹיָקִימען זיינען געווען: זיין זוּן יְכָנְיָה, זיין זוּן צִדְקִיָה.

יז אוּן די זין פוּן יְכָנְיָה דעם געפאנגענעם: זיין זוּן שְאַלְתִּיאֵל, יח אוּן מַלְכִּירָם, און פְּדָיָה, אוּן שֶנְאַצַר, יְקַמְיָה, הוֹשָמָע, אוּן נְדַבְיָה. יט אוּן די זין פוּן פְּדָיָהן: זְרוּבָּבְל, אוּן שִמְעִי. אוּן די קינדער פוּן זְרוּבָּבְלן: מְשוּלָם, און חַנַנְיָה, און זייער שוועסטער שְלוֹמִית; כ אוּן חַשוּבָה, אוּן אוֹהֶל, אוּן בֶּרֶכְיָה, אוּן חַסַדְיָה, יוּשַב חֶסֶד, – פינף. כא אוּן די זין פוּן חַנַנְיָהן: פְּלַטְיָה, אוּן יְשַעְיָה. די זין פוּן [יְשַעְיָהן]: רְפָיָה. די זין פוּן [רְפָיָהן: אַרְנָן. די זין פוּן [אַרְנָנען]: עוֹבַדְיָה. די זין פוּן [עוֹבַדְיָהן]: שְכַנְיָה. כב אוּן די זין פון שְכַנְיָהן: שְמַעְיְהָ. און די זין פון שְמַעְיָהן: חַטוּש, אוּן יִגְאָל, אוּן בָּרִיחַ, אוּן נְעַרְיָה, אוּן שָפָט, – זעקס. כג און די זין פון נעריהן: אֶלְיוֹעֵינַי, אוּן חִזְקִיָה, און עַזְרִיקָם, – דריי. כד אוּן די זין פוּן אֶלְיוֹעֵינַין: הוֹדַוְיָהוּ, אוּן אֶלְיָשִיב, אוּן פְּלָיָה, אוּן עַקוֱב, אוּן יוֹחָנָן, אוּן דְלָיָה, אוּן עַנָנִי, – זיבּן.

ביאורי פסוקים