טייטש יהואש דברי הימים א פרק ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
דברי הימים א: א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט
דברי הימים ב: א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו       (אנדערע ווערסיעס פון דברי הימים א ב)


א דאָס זיינען די זין פון יִשְרָאֵלן, רְאוּבֵן, שִמְעוֹן, לֵוִי, אוּן יְהוּדָה, יִשָשכָר, אוּן זְבֻלוּן; ב דָן, יוֹסֵף, אוּן בִּנְיָמִן נַפְתָּלִי גָד אוּן אָשֵר.

ג די זין פוּן יהוּדהן: עֵר, אוּן אוֹנָן, אוּן שֵלָה; די דריי זיינען געבּאָרן געוואָרן פוּן בַּת-שוע דער כְּנַעֲנית, אוּן עֵר יהוּדהס בְּכוֹר, איז געווען שלעכט אין די אויגן פוּן גאָט, אוּן ער האָט אים געטייט. ד אוּן תָּמָר זיין שנוּר האָט אים געבּאָרן פֶּרֶצְן, אוּן זֶרַחְן. אַלע זין פוּן יהוּדהן: פינף.

ה די זין פון פֶּרֶצְן: חֶצְרוֹן, אוּן חָמוּל. ו אוּן די זין פוּן זֶרַחן: זִמרי, אוּן אֵיתָן, אוּן הֵימָן, אוּן כַּלכּוֹל, אוּן דָרַע; אין אלעמען פינף. ז אוּן די זין פוּן כַּרמין: עָכָר, דער פאראומגליקער פוּן ישראל וואָס האָט געפעלשט אן חרם (זע יהושע ז, יט-כו). ח אוּן די זין פוּן אֵיתָנען: עַזַריָה

ט אוּן די זין פוּן חֶצרוֹנען וואָס זיינען אים געבּאָרן געוואָרן: יְרַחמְאֵל, אוּן רָם אוּן כּלוּבָי. י אוּן רָם האָט געבּאָרן עַמינָדָבן, אוּן עַמינָדָב האָט געבּאָרן נַחשוֹן דעם פירשט פון די קינדער פון יהודה. יא אוּן נַחשׁוֹן האָט געבּאָרן שַׂלמָאן, און שׂלמָא האָט געבּאָרן בּוֹעַזן. יב אוּן בּוֹעַז האָט געבּאָרן עוֹבֵדן, אוּן עוֹבֵד האָט געבּאָרן יִשַין. יג אוּן יִשַי האָט געבּאָרן זיין בּכוֹר אֶליאָבן, אוּן אַבינָדָב דער צווייטן, און שִמעָא דעם דריטן; יד נתַנאֵל דעם פירטן, רַדַי דעם פינפטן; טו אוֹצֶם דעם זעקסטן, דוד דעם זיבּעטן. טז אוּן זייערע שוועסטער זיינען געווען: צרוּיָה, אוּן אַביגַיִל. אוּן די זין פון צרוּיָהן: אַבשַי, אוּן יוֹאָב, אוּן עַשָהאֵל, דריי. יז אוּן אַביגַיִל האָט געבּאָרן עַמָשָאן, און עָמָשָאס פאָטער איז געווען יֶתֶר דער יִשמעֵאלי.

יח אוּן כָּלֵב דער זוּן פוּן חֶצרוֹנען האָט געהאַט קינדער מיט דער ווייב עַזוּבָהן – און מיט יריעוֹתן – אוּן דאָס זיינען אירע זין: יֵשֶר, און שוֹבָב, און אַרדוֹן. יט אוּן עַזוּבָה געשטאָרבּן אוּן כָּלבֵ האָט זיך גענומען אֶפרָתן, אוּן זי האָט אים געבּאָרן חוּרן. כ אוּן חוּר האָט געבּאָרן אוּרִין, אוּן אוּרִי האָט געבּאָרן בְּצַלאֵלן.

כא אוּן דערנאָך איז געקוּמען חֶצְרוֹן צוּ דער טאָכטער פוּן מָכיר דעם פאָטער פוּן גִלְעָד, וואָס ער האָט גענוּמען ווען ער איז געווען זעכציק יאָר אַלט; און זי האָט אים געבּאָרן שׂגוּבן. כב אוּן שׂגוּב האָט געבּאָרן יָאִירְן, וואָס האָט געהאַט דיי און צוואַנציק שטעט אין לאַנד גִלְעָד. כג אוּן גשוּר אוּן אַרָם האָבּן אוועקגענוּמען פוּן זיי חַווֹת יָאִיר (ד.ה. יָאִירְס דערפער), קְנָת אוּן אירע טעכטערשטעט, זעכציק שטעט. די אַלע זיינען די זין פוּן מָכִיר דעם פאטער פוּן גִלְעָד. כד אוּן נאָך חֶצרוֹנס טויט אין כָּלֵב-אֶפְרָת, האָט אַבִיָה, חֶצרוֹנס ווייבּ, געבּאָרן פוּן אים אַשחוּר דעם פאָטער פוּן תְּקוֹעַ. כה אוּן די זין פוּן יְרַחְמְאֵל, חֶצרוֹנס בְּכוֹר, זיינען געווען: דער בְּכוֹר רָם, אוּן בּוּנָה, אוּן אוֹרֶן, אוּן אוֹצֶם, אַחִיָה. כו אוּן יְרַחְמְאֵל האָט געהאַט נאָך אַן אַנדער ווייבּ, וואָס איר נאָמען איז געווען עַטָרָה; זי איז געווען די מוּטער פוּן אוֹנָמען.

כז אוּן די זין פון רָם, יְרַחְמְאֵלס בְּכוֹר, זיינען געווען: מַעַץ, אוּן יָמִין, און עֵקֶר. כח אוּן די זין פוּן אוֹנָמען זיינען געווען: שֵמִי, אוּן יָדָע. אוּן די זין פוּן שמין: נָדָב, אוּן אַבִישוּר. כט אוּן דער נאָמען פוּן אַבישוּרס ווייבּ איז געווען אַבִיחַיִל; און זי האָט אים געבּאָרן אַחבָּנען, אוּן מוֹלִידן. ל אוּן די זין פון נָדָבן: סֶלֶד, אוּן אַפַּיִם. און סֶלֶד איז געשטאָרבּן אָן קינדער. לא אוּן די זין פון אַפַּיִמען: יִשעִי. אוּן די זין פוּן יִשעִין: שֵשָן. אוּן די זין פוּן שֵשָנען: אַחלָי. לב אוּן די זין פוּן יָדָע, שַמַיס בּרוּדער: יֶתֶר, אוּן יוֹנָתָן. אוּן יֶתֶר איז געשטאָרבּן אָן קינדער. לג אוּן די זין פוּן יוֹנָתָנען: פֶּלֶת, און זָזָא. דאָס זיינען געווען די קינדער פוּן יְרַחְמְאֵלן.

לד אוּן שֵשָן האָט נישט געהאַט קיין זין נאָר טעכטער. אוּן ביי שֵשָנען איז געווען אַ קנעכט מצרי, וואָס זיין נאָמען איז געווען יַרְחָע. לה האָט שֵשָן געגעבּן זיין טאֳכטער צו זיין קנעכט יַרְחָען פאַר א ווייבּ; אוּן זי האָט אים געבּאָרן עַתַּין. לו אוּן עַתַּי האָט געבּאָרן נָתָנען, אוּן נתן האָט געבָּארן זָבָדן. לז אוּן זָבָד האָט געבּאָרן אֶפְלָלן, אוּן אֶפְלָל האָט געבּאָרן עוֹבֵדן. לח אוּן עוֹבֵד האָט געבּאָרן יֵהוּאן, און יֵהוּא האָט געבּאָרן עַזַרְיָהן. לט אוּן עזריה האָט געבּאָרן חֶלֶצן, און חֶלֶץ האָט געבּאָרן אֶלְעָשָהן. מ אוּן אלעשה האָט געבּאָרן סִסְמָין, אן סִסְמָי האָט געבּאָרן שַלוּמען. מא אוּן שַלוּם האָט געבּאָרן יְקַמִיָהן, און יְקַמִיָה האָט געבּאָרן אֶלִישָמָען.

מב אוּן די זין פוּן כָּלֵב, יְרַחְמְאֵלס בּרוּדער: מֵישָע זיין בְּכוֹר, וואָס איז געווען דער פאָטער פוּן זיפן, אוּן די זין פוּן מָרֵשָה דעם פאָטער פוּן חֶבְרוֹנען. מג אוּן די זין פוּן חֶבְרוֹנען זיינען געווען: קֹרַח, אוּן תַּפוּח, אוּן רֶקֶם, אוּן שָמַע. מד אוּן שֶמַע האָט געבּאָרן רַחַם דעם פאָטער פוּן יָרְקֳעָמען, אוּן רֶקֶם האָט געבּאָרן שַמַין. מה אוּן דער זוּן פוּן שַמַין איז געווען מָעוֹן, אוּן מָעוֹן איז געווען דער פאָטער פוּן בֵּית-צוּר. מו אוּן עֵיפָה, כָּלֵבס קעפּסווייבּ, האָט געבּאָרן חָרָנען, אוּן מוֹצְאָן, אוּן גָזֵזן; אוּן חָרָן האָט געבּאָרן גָזֵזן. מז אוּן די זין פוּן יָהְדָין זיינען געווען: רֶגֶם, אוּן יוֹתָם, אוֱן גֵישָן, אוּן פֶּלֶט, אוּן עֵיפָה, אוּן שַעַף. מח מַעֲכָה, כָּלֵבס קעפּסווייבּ, האָט געבּאָרן שֶבֶרן, אוּן תִּרְחַנָהן. מט אוּן [די ווייבּ פוּן] שַעַף דעם פאָטער פוּן מַדְמֵנָה, האָט געבּאָרן שְוָא דעם פאָטער פוּן מַכְבֵנָא אוּן דעם פאָטער פוּן גִבְעָא. אוּן די טאָכטער פוּן כָּלֵבן איז געווען עַכְסָה.

נ דאָס זיינען געווען די קינדער פוּן כָּלֵבן די זין פוּן חוּר, דעם בְּכוֹר פוּן אֶפְרָתן: שוֹבָל דער פאָטער פוּן קִרְיַת-יְעָרִים, נא שַלְמָא דער פאָטער פוּן בֵּית לֶחֶם, חָרֶף דעם פאָטער פוּן בֵּית-גָדֵר. נב אוּן די קינדער פוּן שוֹבַל דעם פאָטער פוּן קִרְיַת-יְעָרִים זיינען געווען: הָרוֹאֶה, אוּן האַלב מְנוּחוֹת. נג אוּן די משפחות פוּן קִרְיַת-יְעָרִים זיינען געווען: די יְתֵרים, אוּן די פּוּתִים, אוּן די שוּמָתִים, אוּן די מִשְרָעִים. פוּן די דאָזיקע זיינען ארויסגעקוּמען די צָרְעָתִים און די אֶשְתָּאוּלִים.

נד די קינדער פון שְׂלָמאן: בֵּית-לֶחֶם, אוּן די נְטוֹפָתים, עַטְרוֹת-בֵּית-יוֹאָב, אוּן אַ העלפט פוּן די מָנַחַתער, די צָרְעִים. נה אוּן די משפחות פוּן די שרייבּער, די באוואוֹינער פוּן יַעְבֵּץ, זיינען געווען: די תִּרְעָתים, די שִמְעָתים, די שוֹכָתִים. דאָס זיינען די קינים וואָס קוּמען ארויס פוּן חַמַת דעם פאָטער פוּן דעם הויז פון רֵכָב.

ביאורי פסוקים