לדלג לתוכן

טייטש יהואש במדבר פרק ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

במדבר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו (חומש בית יהודה ווערסיע במדבר ג)


א און דאָס זיינען די געבּורטן פון אהרנען און פון משהן, ווען גאָט האָט גערעדט מיט משהן אויפן באַרג סיני. ב און דאָס זיינען די נעמען פון אהרנס זין: דער בּכור נָדָב, און אַבִיִהוּא, אֶלְעָזָר, און אִיתָמָר. ג דאָס זיינען די נעמען פון אהרנס זין, די געזאַלבּטע כּהנים וואָס מען האָט דערפילט זייער האַנט צו טאָן די כּהונה. ד און נָדָב און אַבִיהוּא זיינען געשטאָרבּן פאַר גאָט ווען זיי האָבן געבּראַכט פרעמד פייער פאַר גאָט, און מדבר סיני, און קיין קינדער האָבן זיי נישט געהאַט; און אֶלֶעָזָר און אִיתָמָר זיינען געוואָרן כּהנים לעבן זייער פאָטער אהרנען.

ה און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אזוי צו זאָגן: ו מאַך גענענען דעם שבט לוי, און זאָלסט אים שטעלן פאַר אהרן דעם כּהן, און זיי זאָלן אים בּאַדינען. ז און זיי זאָלן היטן זיין היטונג און די היטונג פון דער גאַנצער עדה פאַרן אוהל מועד, צו דינען דעם דינסט פון משכּן. ח און זיי זאָלן היטן אַלע כּלים פון אוהל מועד, און די היטונג פון די קינדער פון ישראל, צו דינען דעם דינסט פון משכּן. ט און זאָלסטו געבּן די לויים צו אהרנען און צו זיינע זין; אָפּגעגעבּן זיינען זיי אָפּגעגעבּן צו אים פון די קינדער פון ישראל. י או אהרנען און זיינע זין זאָלסטו באַפעלן, זיי זאָלן היטן זייער כּהונה, און דער פרעמדער וואָס גענענט זאָל געטייט ווערן.

יא און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אזוי צו זאָגן: יב און איך, זע, האָב גענומען די לויים פון צווישן די קינדער פון ישראל, אַנשטאָט איטלעכען בּכור וואָס עפנט דעם טראַכט צווישן די קינדער פון ישראל; און די לויים זאָלן געהערן צו מיר. יג וואָרום צו מיר געהערט איטלעכער בּכור; אין דעם טאָג וואָס איך האָב דערשלאָגן איטלעכן בּכור אין לאַנד מצרים, האָב איך געהייליקט צו מיר איטלעכן בּכור אין ישראל, פון אַ מענטשן ביז אַ בּהמה. צו מיר זאָלן זיי געהערן: אין בּין יהוה.

יד און גאָט האָט גערעדט צו משהן אין מדבּר סיני, אַזוי צו זאָגן: טו צייל די קינדער פון לוי לויט זייערע פאָטערהייזער, לויט זייערע משפּחות; איטלעכן מאַנספּאַרשוין פון אַ חודש אַלט און העכער זאָלסטו זיי ציילן.

טז און משה האָט געציילט לויט דעם מויל פון גאט, אזוי ווי ער איז באַפוילן געוואָרן. יז און דאָס זיינען געווען די זין פון לֵוִין מיט זייערע נעמען: גֵרְשוֹן, און קְהָת, און מרָרִי. יח און דאָס זיינען די נעמען פון די זין פון גֵרְשוֹנען לויט זייערע משפות: לִבני, און שִמְעִי. יט און זי זין פון קהָתן לויט זייערע משפחות: עַמְרָם, און יִצְהָר, חֶבְרוֹן, און עוזִיאֵל. כ און די זין פון מרָרין לויט זייערע משפחות: מַחְלִי, און מושי. דאָס זיינען די משפחות פון לֵוִי לויט זייערע פאָטערהייזער.

כא פון גֵרשוֹנען די משפּחה פון די לִבנים, און די משפחה פון די שִמְעִים; דאָס זיינען די משפּחות פון די גֵרְשוּנִים. כב זייערע געציילטע לויט דער צאָל פון אלע מאַנספּאַרשוינען פון אַ חודש אַלט און העכער – זייערע געציילטע זיינען געווען זיבּן טויזנט און פינף הונדערט. כג די משפּחות פון די גֵרְשוּנִים האָבּן געלאַגערט הינטער דעם משכּן צו מערב. כד און דער פירשט פון דעם פאָטערהויז פון די גֵרְשוּנִים איז געווען אֶלְיָסָף דער זון פון לָאֵלן. כה און די היטונג פון די קינדער פון גרשון בּיים אוהל מועד איז געווען דער משכּן, און דאָס געצעלט, זיין צודעק, און דער טירפאָרהאַנג פון אוהל מועד, כו און די ארומהאַנגען פון דעם הויף, און דער טירפאָרהאַנג פון דעם הויף וואָס רונד אַרום דעם משכּן און דעם מזבח, און זיינע שטריק, מיט אלע זיינע צובּאַהער.

כז און פון קהָתן די משפּחה פון די עַמְרָמִים, און די משפחה פון די יִצְהָרִים. און די משפּחה פון די חֶבְרוֹנִים, און די משפּחה פון די עוּזִיאֵלים; דאָס זיינען די משפּחות פון די קְהָתִים. כח לויט דער צאָל פון אלע מאַנספּאַרשוינען פון אַ חודש אַלט און העכער, אכט טויזנט און זעקס הונדערט וואָס היטן די היטונג פון הייליקטום. כט די משפּחות פון די קינדער פון קְהָת האָבּן געלאַגערט בּיין זייט פון משכּן צו דרום. ל און דער פירשט פון דעם פאָטערהויז פון די משפּחות פון די קְהָתִים איז געווען אֶלְיצָפָן דער זון פון עוִּזיאֵלן. לא און זייער היטונג איז געווען דער ארון, און דער טיש, און די מנורה, און די מזבּחות, און די הייליקע כּלים וואָס מען דינט מיט זיי, און דער פאָרהאַנג, און אלע זיינע צובּאַהער.

לב און דער פירשט איבער די פירשטן פון די לוִיִים איז געווען אֶלְעָזָר דער זון פון אהרן דעם כּהן, דער אויפזעער איבּער די וואָס היטן די היטונג פון דעם הייליקטום. לג פון מרָרין די משפּחה פון די מַחלים, און די משפּחה פון די מוּשִים; דאָס זיינען די משפּחות פון מרָרי. לד און זייערע געציילטע לויט דער צאָל פון אלע מאַנספּאַרשוינען פון אַ חודש אַלט און העכער זיינען געווען זעקס טויזנט און צוויי הונדערט. לה און דער פירשט פון דעם פאָטערהויז פון די משפּחות פון מרָרי איז געווען צוּרִיאֵל דער זון פון אַבִיחַיִלן. לו און די געשטעלטע היטונג פון די קינדער פון מרָרי איז געווען: די בּרעטער פון משכּן, און זיינע ריגלען, און זיינע זיילן, און זיינע שוועלן, און אלע זיינע כּלים, און אלע זיינע צובּאַהער; לז און די זיילן פון הויף רונד ארום, און זייערע שוועלן, און זייערע פלעקלעך, און זייערע שטריק.

לח און די וואָס האָבּן געלאַגערט פאר דעם משכּן צו מזרח, פאר דעם אוהל מועד צו זונאויפגאַנג, זיינען געווען משה, און אהרן און זיינע זין, וואָס האָבּן געהיט די היטונג פון היילקטום, פאַר דער היטונג פון די קינדער פון ישראל; און דער פרעמדער וואָס גענענט, האט געזאָלט געטייט ווערן.

לט אַלע גציילטע פון די לוִיִים, וואָס משה און אהרן האָבּן געציילט לויט דעם מויל פון גאָט, נאך זייערע משפחות, אלע מאַנספּאַרשוינען פון אַ חודש אַלט און העכער, צוויי און צוואנציק טויזנט.

מ און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: צייל אַלע ערשטגעבּאָרענע מאַנספּאַרשוינען פון די קינדער פון ישראל פון אַ חודש אַלט און העכער, און נעם אויף די צאָל פון זייערע נעמען. מא און זאָלסט נעמען פאַר מיר, גאָט, די לוִיִים אַנשטאָט אַלע בּכורים צווישן די קינדער פון ישראל, און די בּהמות פון די לוִיִים אַנשטאָט אַלע בּכורים צווישן די בּהמות פון די קינדער פון ישראל.

מב און משה האָט איבערגעציילט, אזוי ווי גאָט האָט אים באַפוילן, אַלע בּכורים צווישן די קינדער פון ישראל. מג און אַלע ערשטגעבּאָרענע מאַנספּאַרשוינען, לויט דער צאָל פון נעמען, פון אַ חודש אַלט און העכער, נאָך זייערע געציילטע, זיינען געווען צוויי און צוואַנציק טויזנט און צוויי הונדערט און דריי און זיבּעציק.

מד און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזוי צו זאָגן: מה נעם די לויים אַנשטאָט אַלע בּכורים צווישן די קינדער פון ישראל, און די בּהמות פון די לויים אַנשטאָט זייערע בּהמות, און די לויים זאָלן געהערן צו מיר, גאָט. מו און צום אויסלייז פאַר די צוויי הונדערט און דריי און זיבּעציק פון די בּכורים פון די קינדער פון ישראל וואָס קומען אויס מער פון די לויים, מז זאָלסטו נעמען צו פינף, צו פינף שקל פון א קאָפּ; אויפן הייליקן שקל זאָלסטו עס נעמען, צוואַנציק גֵרָה דער שקל. מח און זאָלסטו געבּן דאָס געלט צו אהרנען און צו זיינע זין: דעם אויסלייז פאַר די וואָס קומען אויס מער צווישן זיי.

מט האָט משה גענומען דאָס אויסלייזגעלט פון די וואָס זיינען אויסגעקומען מער ווי די וואָס זיינען אויסגעלייזט געוואָרן דורך די לויים; נ פון די בּכורים פון די קינדער פון ישראל האָט ער גענומען דאָס געלט: טויזנט און דריי הונדערט און פינף און זעכציק, אויפן הייליקן שקל. נא און משה האָט געגעבּן דאָס אויסלייזגעלט צו אהרנען און צו זיינע זין, לויט דעם מויל פון גאָט, אזוי ווי גאָט האָט משהן באַפוילן.

ביאורי פסוקים