לדלג לתוכן

וועג ווייזער שפייזן וואס זיינען פארבאטן

פֿון װיקיביבליאָטעק

טיטל בלאט - - דינים פון ליכט צינדן - - מילכיקס און פליישיקס - - דינים פון זאלצן פלייש - - דאס זאלץ פון דעם פלייש - - ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה - - שפייזן וואס זיינען פארבאטן - - וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג - - זאלץ ביים טיש - - דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ


שפייזן וואס זיינען פארבאטן

1) בלוט וואס געפינט זיך אין אייער (עגגס) איז פארבאטען. דעריבער דארף מען אכטונג געבען ווען מען געברויכט עעם אין קאכען אדער באקן אז עס זאל ניט זיין קיין בלוט-טראפן דערויף.

צ) פלייש וואס איז ניט כשר געמאכט געווארען טאר מען ניט עסן. עס איז איבריק צו זאגן אז דאס פלייש אליין דארף זיין כשר - דאס הייסט געשאכטן עי פי דין.

3) פלייש קען מען עסן בלויז פון אזעלכע בהמות וואס האבן די סמני כשרות - צושפּאלטענע קלאען און וועלכע זיינען מעלה גרה. אלע אנדערע זיינען פארבאטן.

4) פיש - בלויז די וואס האבן שיפּן און פלןס-פעדערן. אנדערע סארטן פיש, וואס קריכן אדער ליגן אין וואסער, אדער שרצים, ווי למשל אָיסטערס, לאבסמערס, קרעבס, סנעילס, א. ז. וו. זיינען פארבאטן.