לדלג לתוכן

וועג ווייזער וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג

פֿון װיקיביבליאָטעק

טיטל בלאט - - דינים פון ליכט צינדן - - מילכיקס און פליישיקס - - דינים פון זאלצן פלייש - - דאס זאלץ פון דעם פלייש - - ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה - - שפייזן וואס זיינען פארבאטן - - וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג - - זאלץ ביים טיש - - דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ


וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג

שבת - דער זיבעטער טאג אין וואך איז שבת, אין וועלכן יעדער איד דארף רוען, ווייל אין דיעזן טאג האט דער רבש"ע גערוט נאכדעם ווי די גאנצע ארבעט פון באשאפן די וועלט און אלעס וואס געפינט זיך אויף דער וועלט איז פארענדיגט געווארן. עס איז ניט דערלויבט צו טאן קיין שום מלאכה.
עס איז א מצוה צו ברעננען די פיינסטע זאכן צום טיש לכבוד שבת - פיש, פלייש, וויין, חלות, קוגלען און די בעסטע פרוכטן.

ראש השנה

ראש השנה - ראש השנה איז דער יום הדין; דאס איז דער טאג אין ווועלכן עס ווערט געפייערט די באשאפונג פון דער וועלט, און פאנגט אן א נייעם אידישן קאלענדאר. דער יום טוב איז אויך דער ערשטער פון די עשרת ימי תשובה. עס ווערט געפייערט צוויי טעג. עס ווערט אנגערופן יום הזכרון און אויך יום תרועה. מ'בלאזט שופר ביידע טעג (אויסער ווען עס אויסגעעפאלן שבת). פרויען דארפן אויך הערן שופר בלאזן.

יום כפור - דער צענטער טאג אין תשרי. דער היילגסטער טאג פונעם יאר. יעדער איד פאסט פולע 24 שעה. עס איז א טאג פין פארגעבונג פון זינד. עס איז א מנהג צו שלאגן כפרות ערב יום כפור.

סוכות

סוכות - א יום טוב וואס דערמאנט די אידישע וואנדערונג אין דער מדבר 40 יאר, ווען זיי האבן גערעבט אין צייטווייליקע שטיבער (סוכות). אויך אנגערופן חג האסיף, דער יום טוב פון איינזאמלען די תבואה פון די פעלדער. מ׳עסט אין די סוכות גאנץ יום טוב, מ'בענטשט אתרוג (אויסער שבת) יעדן טאג ביז שמיני עצרת. פרויען דארפן אויך בענטשן אתרוג.

שמחת תורה

שמיני עצרת - דער ערשטער פון די ילעעצטע צוויי טעג יום טוב סוכות - דער שלוס פון יום טוב. מ'בענטשט גשם, און מ'איז מזכיר נ'שמות.

שמחת תורה - דער פריילאכסטע-יום טוב. מ'׳גייט הקפות מיט דער תורה, און מ'פארברענגט אויפן פריילאכסטע אופן.

חנוכה

חנוכה - א פייערונג פון א נס וואס איז געשען ווען א הייפעלע העלדישע מאקאבּער האבן באזיעגט די ריזיגע גריכישע ארמייען אונטער אנטיכום. מען צינדט אן ליכטעלעך אכט טעג (יעדן טאג מיט א ליכטל מער). עס איז אויך געשען א נס מיטן קריגעלע בוימאייל וואס מ'האט געפונען אין בית המקדש. ס'איז געווען בוימל בלויז אויף איין טאג, אבער עס איז געשען א נס און מ'האט געברענט פולע אכט טעג, ביז ווען עס איז שוין געווען מעגלעך צו האבן פרישע בוימאייל.

פורים

פורים - די פייערונג פונעם נס ווען אידן אין פרס ומדי זיינען אויסגעלייזט געווארן פון דער בלוטיקער מאכט פון המן הרשע. מ'פאסט אסתר תענית א טאג פריער - צוליב דער העלדישקייט פון דער אידישער קעניגין – מ'לייענט די מגילה; (פרויען זיינען אויך מחויב צו הערן די מגילה) אין וועלכן עס ווערט איבערגעגעבן די געשיכטע פון דער העלדישקייט פון מרדכי און אסתר המלכה.

פסח

פסח - דער יום טוב פון באפרייאונג פון גלות מצרים. די מעשה פונעם גלות, די צען מכות, די ניסים ביים ים און אנדערע וואונדער וואס זיינען געשען. ווערן איבערגעגעבן אויף אן אינטערעסאנטן אופן אין דער הגדה וואס ווערט געזאגט ביים סדר, די ערשטע צוויי נעכט יום טוב. מצות, דער סימבאל פונעם יום טוב, און ספּעציעלע פסח'דיגע מאכלים ווערן געגעסן. קיין חמצ'דיקע מאכלים אדער אפילו כלים טארן זיך אין הויז ניט געפינען.

שבועות

שבועות - דער יום טוב פון אראפּנעמען די ערשטע פרוכט פון די ביימער אין ארץ ישראל. אויך דער יום טוב פון קבלת התורה ביים בארג סיני. שבועות קומט אויס פּונקט זיבן וואכן נאכן ערשטן טאג פסח. דורך דער צייט ציילט מען ספירה וועלכע זיינען בעקאנט אלס טרויער טעג. און עס איז א מנהג ניט צו מאכן קיין שום שמחה דודך דער צייט - אויסער ל"ג בעומר און ראש חדש סיון.

דריי וואך

דריי וואכן - די דריי וואכן פון שבעה עשר בתמוז ביז תשעה באב זיינען טרויערע טעג אין אידישן לעבן. אין די לעצטע ניין טעג עסט מען ניט קיין פלייש, און אום תשעה באב (9 טאג אין אב) פּאסט מען פולע 24 שעה, מען לייענט מגילת איכה און קינות פון ירמיהו און אנדערע נביאים וואס האבן געקלאגט אויפן חורבן פונעם אידישן פאלק. דורך די גאנצע דריי וואכן מאכט מען ניט קיין שמחות.