וועג ווייזער דינים פון זאלצן פלייש
טיטל בלאט - - דינים פון ליכט צינדן - - מילכיקס און פליישיקס - - דינים פון זאלצן פלייש - - דאס זאלץ פון דעם פלייש - - ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה - - שפייזן וואס זיינען פארבאטן - - וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג - - זאלץ ביים טיש - - דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ
1) ווען א באלעבאסטע קויפט טשיקען (= עוף), קאטשקע אדער גאנז, דארף זי פריער אונטערזוכן דעם עוף צו זען:
- א) אז קיין גליד איז אין דעם
ניט צעבראכן.
- ב) אז עס איז ריין פון פּאקן,
אז עס איז ניט דורכגעלעכערט פון נעגל אדער שפּיליקעס; אויב עס פעלט ניט די גאל
- ג) און זי מוז זיין זיכער אז עס
איז געשאכטן געווארן לויט'ן דין.
2) אויב א גליד איז צעבראכן, אדער אויב עס האט פּאקן אויף די קישקעלעך, אדער עם פעלט די גאל, אדער עס שטעקט א נאגל אדער א שפּילקע, דארף די באלעבאסטע פרעגן א רב.
3) איידער פלייש ווערט געזאלצען מוז עס פריער גרינדלעך געוואשן ווערן אין וואסער.
4) די גאנצע פלייש מוז געווייקט ווערן און זיין אין גאנצן באדעקט מיט וואסער א האלבע שעה צייט.
5) דאס וואסער טאר ניט זיין צו קאלט און אויך ניט הייס.
6) וואו מ'זעהט נאר א שפּרענקעלע בלוט אויף די פלייש מוז מען דיאס גרינדלעך אפּוואשן.
7) דער ווייק-טאפּ טאר ניט געברויכט ווערן פאר אירגענד וועלכן[1] אן אנדער צוועק.
8) נאכדעם ווי עס האט זיך געווייקט די געהעריגע צייט, מוז מען דאס וואסער לאזן אפּקאפן[2], כדי דאס זאלץ וואס מ'וועט ארויפשיטן זאל ניט צוגיין צו שנעל. אבער עס מוז אויך ניט זיין צו טרוקן, כדי דאס זאלץ זאל ניט אראפּפאלן.