וועג ווייזער דאס זאלץ פון דעם פלייש
טיטל בלאט - - דינים פון ליכט צינדן - - מילכיקס און פליישיקס - - דינים פון זאלצן פלייש - - דאס זאלץ פון דעם פלייש - - ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה - - שפייזן וואס זיינען פארבאטן - - וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג - - זאלץ ביים טיש - - דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ
1) דאס זאלץ מוז זיין טרוקן כדי מען זאל עס קענען גרידלעך אויסשפּרענקלן.
צ) דאס זאלץ טאר ניט זיין צו דין כדי עס זאל ניט צוגיין צו שנעל . . . וועט עס ניט קענען איינזאפּן דאס בלוט ווי געהעריק. צו גראב זאלץ טאר ניט געניצט ווערן, ווייל עס האלט זיך ניט גוט אויף דעם פלייש.
3) אמבעסטן נאכצוקומען די פאדערונגען פונעם דין דארף מען געברויכן דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ,[1] וועלכע איז פּונקט גוט. עס האט די רעקאמענדאציע פון אלע רבנים.
4) ביים זאלצן עופות אין וויכטיק צו געדענקען אז דער עוף מוז פריער געעפענט ווערן, און דאן ערשט דורך און דורך געזאלצן ווערן.
0) דאס זאלץ ברעטל מוז געהאלטען ווערן אין א שיפּוע (אראפּגעבויגענע) פּאזע, אדער עס זאל זיין שיטערלעך, כדי דאס בלוט זאל קענען אראפּרינען.
6) אויב מ'זאלצט אויס דאס פלייש אין די פּאפּיר אין וועלכן עס איז געפּאקט - איז עס אבסאלוט טריף.
7) דאס פיייש דארף בלייבן אין זאלץ א שטונדע צייט. ערב שבת ווען די באלעבאסטע איז באשרענקט (= באגרענעצט) אין צייט, אדער אין א נויטפאל, ווי פאר א חולה וכדומה, זאל מען פרעגן ביי א רב.
8) נאכדעם ווי עס איז געלעגן אין זאלץ די געהעריקע צייט דארף דאס זאלץ אין גאנצן אפּגעשאקעלט ווערן. און דאס פלייש דארף דריי מאל געוואשן ווערן.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ וועגן דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ גיב א קוק אין דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ