וועג ווייזער ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה
טיטל בלאט - - דינים פון ליכט צינדן - - מילכיקס און פליישיקס - - דינים פון זאלצן פלייש - - דאס זאלץ פון דעם פלייש - - ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה - - שפייזן וואס זיינען פארבאטן - - וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג - - זאלץ ביים טיש - - דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ
1) דאס הארץ פון אן עוף מוז פריער צושניטן ווערן פארן ווייקן, כדי דאס בלוט זאל ארויסרינען דערפון.
2) לעבער איז אנדערש פון פלייש עס העלפט ניט קיין זאלצן. מ'מוז עס בראטן אויפן אפענעם פייער ניט אין קיין כלי. עס איז ראטזאם אביסעלע זאלץ ארויפצושיטן כדי צו פארגרעסערן די קראפט פון פייער ארויסצוציען דאס בלוט. נאכן בראטן קען מען דעם לעבער געברויכן אויף וועלכן אופן מען וויל.
צ) ביי לעבערלעך פון אן עוף, נעמט מען פריער אראפּ די גאל, וואס עפענט ממילא די בלוט רעהרן אינעם לעבערל. אויב די באלעבאסטע געפינט ניט קיין גאל אינעם עוף (עס טרעפט גאנץ אפט) זאל זי פרעגן א רב.
4) אייער וואס מ'געפינט אין עופות, אן אונטערשייד אויב זיי זייינען אין זייער ערשטער שטופע (= סעזאן) פון וואוקס, אדער זיי זיינען שוין באדעקט מיט שאלעכטץ, מוזן געווייקט, געזאלצן, און געוואשן ווערן. מ'מוז זיי אבער זאלצן בעזונדער. זיי מוזן געשטעלט ווערן אויף אזא פּאזע, אויפן זאלץ-ברעטל, אז דאס בלוט פון פלייש זאל ניט ארויפפליסן אויף זיי.
5) עס איז כדאי צו באמערקן אז אייער (עגס) וואס מ'געפינט אין עופות כאטש זיי זיינען שוין מיט שאלעכטץ, טאר מען זיי אבער ניט עסן מיט מילכיקע מאכלים.
6) פיס פון בהמות, דארף מען אפּשניידן די שפּיצן פון די קלאען איידער מ'זאלצט עם. אויב מ'האט געזאלצן און מ'האט פארגעסן אראפּצושניידן, זאל מען פרעגן א רב.
7) ביינער דארף מען אויך ווייקן און זאלצן פּונקט אזוי ווי פלייש.
8) מילץ (= טחול) זאלצט מען ווי אנדערע שטיקער פלייש, אבער מ'מוז פריער אראפּנעמען דאס הייטל (דאס הייטל איז פארבּאטן ווייל עם איז חלב) און מ'מוז עס אייר ארויסציען די פעדעם (אדערן) און מען מוז אכטונג-געבן אז אלע דריי אדערן זאלן ארויסגענומען ווערן.
9) פלייש וואס איז געלעגן דריי מעת לעת, ניט געווייקטערהייט, העלפט ניט קיין זאלצן. מ'דארף פרעגן ביי א רב וואס צו טאן.
10) אויב די באלאבאסטע פארגעסן און געלאזט ווייקן דאס פלייש א מעת לעת ( 24 שעה), טאר זי דאס פלייש און אויך די כלי ניט געברויכן. מ'דארף פרעגן א רב.
11) אויב די באלעבאסטע האט געמאכט א טעות און געזאלצן דאס פלייש מיט צוקער - אין גאנצן אדער טהיילווייז - זאל זי פרעגן א רב.
12) מ'דארף אכטונג געבן ביי עופות, אראפּצונעמען דעם קאפּ איידער מען לייגט אריין דאס פלייש צום ווייקן. אויב מ'האט פארגעסן, זאל מען פרעגן ביי א רב.
13) מ'דארף אכטונג געבן ביי עופות אז דער אינגעווייד זאל זיין ריין. ס'זאלן ניט זיין קיין פּאקן אויף די קישקעלעך אדער אויף דעם לעבער; קיין נאגל אדער שפּילקע זאל זיך ניט געפינען לויז אדער שטעקענדיק אין אירגענד וועלכן[1] טייל פונעם עוף און ניט אינעם פּופּיקל (וואס דארף אויך אויפגעשניטן ווערן); קיין גליד זאל ניט זיין צעבראכן. ביי די אלע זאכן ווען עס פּאסירט יא, זאל מען פרעגן א רב איידער מ'זאלצט.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ אירגענד וועלכע = איזה שהוא. (גרמנית).