וועג ווייזער דינים פון ליכט צינדן
טיטל בלאט - - דינים פון ליכט צינדן - - מילכיקס און פליישיקס - - דינים פון זאלצן פלייש - - דאס זאלץ פון דעם פלייש - - ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה - - שפייזן וואס זיינען פארבאטן - - וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג - - זאלץ ביים טיש - - דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ
1) פרייטאג פארנאכט, א האלבע שעה איידער עס ווערט נאכט, דארף מען צינדן ליכט. ערב יום טוב און אום יום טוב קען מען צינדן ליכט שפּעטער.[1]
2) עס איז א מצוה אנצוצינדן וואס מער ליכט. אייניגע צינדן אן צען; אנדערע זיבן; אבער קקיינע ניט ווייניקער ווי צוויי (געגן שמור וזכור).
3) עס איז א מצוה פאר ליכט צינדן צו געבן עטלעכע סענט אויף צדקה.
4) ביי אלע מצוות מאכט מען פריער די ברכה דערנאך טוט מען די מצוה. ביי ליכט בענטשן צינדט מען אן די ליכט, דערנאך מאכט מען די ברכה ווייל נאך דער ברכה איז שוין פארבאטן צו טאן וועלכע מלאכה.
5) מ'בענטשט ליכט אויפן טיש וואו מ'עסט. עס איז ניט ריכטיק צו מאכן די ברכה אין איין ארט און דערנאך טראגן די ליכט אין אן אנדער צימער.
6) עס איז איינגעפירט אז מ'שטעלט אויפן טיש פריער די חלות איידער מיבענטשט די ליכט.
די ברכות פון ליכט צינדן:
שבת: ברוך אתה יי אלהינו מלך העולם, אשר קדשנו במצותיו, וצונו להדליק נר של שבת:
יום טוב: ברוך אתה יי אליהנו מלך העולם, אשר קדשנו במצותיו, וצונו להדליק נר של (ווען עס פאלט אויס אין שבת: שבת וְ) יום טוב:
יום כפור: ברוך אתה יי אלהינו מלך העולם, אשר קדשנו במצותיו, וצונו להדליק נר של (ווען עס פאלט אויס אין שבת: שבת וְ) יום הכפורים:
אין יום טוב (חוץ פון שביעי של פסח, און אין חו"ל אויך אין יום שמיני פון פסח) מען לייגט צו: ברוך אתה יי אלהינו מלך העולם שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה:
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ ערב יום טוב און אום יום טוב קען מען צינדן ליכט שפּעטער. וואס שרייבט ער ערב יום טוב קען מען צינדן ליכט שפעטער, איז פארשטאנען. אבער וואס שרייבט ער אום יום טוב קען מען צינדן ליכט שפעטער, איז נישט פארשטאנען, ווייל מסתמא מיינט ער דאס ליכט צינדן פון יום טוב שני, און אויף דעם שרייבט ער אז ער מוז נישט אנצינדן פאר דער שקיעה פון יום טוב שני, נאר ער קען אנצינדן שפעטער נאך דער שקיעה אין יום טוב שני. און דאס צ"ע ווייל אין דעם ליכט צינדן פון יום טוב שני טאר נישט אנצינדן אין יום טוב ראשון וועגן איסור הכנה, און מען דארף ווארטן ביז צאת הכוכבים. (שו"ע סימן תקי"ד, מ"ב ס"ק לה)