אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד קנט
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו
ב"ה יום ה' א' תמוז ה'תש"ד
ברוקלין, נ. י.
הנכבד והנעלה מר צבי פאלמער שי'
ניו-דזשערסי
שלום וברכה!
אייער ברודער, דער זייער געערטער מר שלמה שי' פאלמער האט מיר דערציילט וועגן אייך, און אויף דעם גרונד, שרייב איך דעם בריף.
צוערשט א פאר שורות וועגן דעם ציל פון דער חברה "מחנה ישראל".
"מחנה ישראל" האט מיין שווער, דער ליובאוויטשער רבי הרב יוסף יצחק שניאורסאהן שליט"א, געגרינדט מיט דעם צוועק - צווישן נאך אנדערע צוועקן אויף באקאנען און מפרסם זיין בא יידן פון אלערליי קרייזן דעם ריכטיגן מיין און הויכן ווערט פון יידישקייט, און אויך ענטפערן אויף די מעגלעכע שאלות, וואס עס קענען זיך דערוועקן בנוגע יהדות, תורה און מצות.
לויט ווי אייער ברודער האט מיר אייך פארגעשטעלט, האט איר אינטערעס אין די פראגן, איז דערמיט דערקלערט זיך מתן שרייבן צו אייך, אויף צו זאגן אז מיר זיינען גרייט צו שטיין אין קאנטאקט און לויט אונזערע ידיעות מיט פערגעניגן, דערלויטערן פערשידענע פרטים, וואס זיינען פארבונדן מיט די אויבן דערמאנטע פראגן.
- * * * *
איינע פון די הויפט געדאנקען פון יידישקייט איז אחדות, ניט נאר אמונה אין ד' אחד ותורה אחת, נאר אויך אחדות בא יעדן מענטשן אין זיין אינערלעכן לעבן.
אין געגענזאץ צו שיטות וואס זאגן אז מ'דארף נאכגעבן דעם גוף ניט רעכענענדיק זיך מיט דער נשמה, אויך אפילו אין געגענזאץ צו דער שיטה וואס זאגט אז מ'דארף שטענדיק פּייניקן און מאטערן דעם גוף כדי די נשמה זאל זיין אלעמאל גענצלעך און געבונדן דורך דעם גוף, זאגט שיטת התורה אז אבוואהל די נשמה דארף און מוז אנפירן מיט דעם מענטשן, אבער איר אויפגאבע איז ניט - פייניקן דעם גוף, נאר זען אז ער – דער גוף – זאל זיך פירן, געזונטערהייט, לויט ווי די תורה, וואס ווערט אנגערופן תורת חיים, האט עם אנגעוויזן.
אחדות אין נשמה לעבן בפרט: עס איז דא דריי מיינונגען וועגן דער ריכטליניע פון מענטשעלעכן לעבן:
א) איין שיטה האלט אז מען דארף זיך ריכטן אויסשליסלעך נאכן קאלטן שכל קאפ, לאגיק.
ב) א צווייטע שיטה זאגט, אז מ'זאל זיך רעכענן נאר מיט דער הארץ און ווארעמען געפיל.
ג) דריטע זאגן, אז וואס מ'טראכט אדער פילט אין הארצן איז ניט אזוי נוגע, די הויפט זאך איז אז אין מעשה - טאטן - זאל מען זיך פירן ווי עס דארף זיין.
זאגט די תורה און פסק'נט אפ, אז א מענטש דארף זיין א שלם, ער דארף שטרעבן צו זיין פערפעקט. און אדם השלם קען מען זיין נאר דעמאלסט, אויב מש באמיט זיך אז די קאפ, די הארץ און די האנד (סימבאל פון גוף) זאלן אלע זיין באחדות און הארמאניזירן אין זייערע אויפפירונגען לויט דעם אויבערשטענ'ס אנווייזונגען.
און אזוי וויכטיג איז די ריכטליניע, אז רז"ל דערקלערן אונז אז דאס איז אייגע פון די געדאנקען פון דער מצוה פון תפילין: אז א ייד וועט לייגן תפילין זאל ער זיך דערמאנען אז די האנט (תפלה של יד) די הארץ (אנקעגן וועלכער מען דארף לייגן די תפלה של יד) און די קאפ (תפלה של ראש) מוזן אלע איינשטימען צווישן זיך און לעבן א יידישן תורה לעבן.
נאך טיפער: דער מקיים זיין די מצוה פון תפלין, די מעשה אליין פון לייגן די תפלין, וועט שטארקן דעם יידן און אומגעהויער פארגרעסערן זיינע נשמה כחות אויף דורכפירן אין זיין לעבן די הארמאניע פון האנט, הארץ און קאפ אין דעם תורה וועג.
כאטש סיר פארשטייען ניט ווי קען די מעשה פון הנחת תפלין ווירקן אויף די כוחת הנשמה, פונקט ווי א קינד באגרייפט נישט די עריכות צווישן דעם ברהט וואס ער עסט, מיט דעם וואס די נשמה זאל באלעבן זיין גוף.
אויף ווי וויכטיק די מצוה פון תפלין איז קען מען זען פון פארשידענע דערציילונגען און דערקלערונגען פון חז"ל, איך וועל דא ברענגען נאר א פאר:
א) (קידושין לה, א) הוקשה כל התורה כולה לתפלין - די גאנצע תורה מיט אלע מצוות זיינען געגליכן - און פארשידענע פרטים פון זיי קענען אפגעלערנט ווערען - פון דער מצוה פון תפלין.
ב) כאטש די מצוה פון תפילין קען מען יוצא זיין מיט לייגן זיי איינמאל במשך פון טאג און נאר אין שול אדער ביי זיך אין דער היים, פלעגט מען אבער, ווען מענטשן זיינען געווען ריינער און מער צוגעטראגן צו רוחניות'דיגע זאכן, טראגן תפילין א גאנצן טאג און סיי אין דער שול און היים סיי אין סטריט (= גאס).
אויף וויפיל אלע האבן געהאלטן און אפגעהיט די מצוה - איז צו זען פון דעם וואס די גמרא (שבת קל, א) באקלאגט זיך, דערציילענדיג וועגן דער באציאונג אין א באשטימטער צייט צו תפלין, עס איז דעמאלסט געווען א גזרה, אז דער וואס וועט טראגן תפלין וועט מען עם הארגענען.
קען מען מיינען אז מ'האט אויפגעהערט לייגען תפילין? - ניין, אויף דעם האט די גמרא ניט וואס צו באקלאגן זיך, מ'האט ווייטער געלייגט תפילין.
מיינט מען אז מ'איז זיך באגיין מיט דעם מוז פון מצות תפילין אליין, מיט'ן לייגען איינמאל א טאג, וואס דערמיט איז מען יוצא די מצוה פון תפילין? ניין, דאס אויך ניט דערציילט די גמרא, מ'האט געטראגן תפילין אין גאס גייענדיג אויך ניט קוקענדיג אויף דער לעבענס געפאר, אזוי וויכטיק און טייער איז אפילו דעמאלסט געווען תפילין בא יידן.
אזוי ווי אבער איינצעלנע מענטשן האבן דאס לעצטע געטאן ווי צום ביישפיל אלישע בעל כנפים, באטראכט עס די גמרא פאר ניט גענוג מסירות נפש לויט ווי מצות תפלין פארדינט,
תוספות דערקלערט נאך מער, אז אויף דעם איז אויך ניט געווען וואס צו באקלאגן זיך, אין וואס זשע פארט האט זיך אויסגעדריקט דאס וואס די מצוה פון תפילין אט געווען ניט אזוי שטארק בא יידן ווי זי האט געדארפט זיין, און וואס די גמרא באקלאגט זיך אויף דעם און וואונדערט זיך אויף דעם?
ברענגט די גמרא א ביישפיל: אין דער צייט פון דער גזירה איז אלישע געגאנגען אין גאס, און זעלבסט-פארשטענדלעך אין תפילין, א ממונה האט עם דערזען האט ער אנגעיאגט אלישע'ן און געפרעגט וואס טראגט ער, האט אלישע געענטפערט: כנפי יונה.
איז דאס וואס ער האט ניט געהאט די שטארקייט זאגן אז עס איז תפילין (כאטש דאס וואלס געמיינט זיכערן טויט פאר עם) באווייזט אז די באציאונג צו תפילין איז געווען ניט אזוי היים, ווי מצות תפילין פארדינט און דארף האבן.
- * * * *
פון אלע מצות קענען מיר זייער פיל לערנען און אלע מצות שטארקן דעם מענטשן אין זיינע נשמה כחות (כאטש מיר קענען עס ניט אלעמאל באגרייפן, ווי אויבענגעזאגט).
ובפרט די מצות וואס מען האט אנגעזאגט אז מ'דארף זיי טאן טעגלעך, ווי תפילין, (שחיובם בכל יום אחוץ שבת און יום טוב) און וואס ווערען אנגערופן אות - א צייכן אז יידן און דער אויבערשטער זיינען איינס.
- * * * *
איך וועל זיין צופרידן הערן פון אייך און בעט זיך ניט זשענירן און ווענדן זיך צו אונז אויב איר רעכענט אז מיר קענען מיס עטוואס מיט-העלפן לויס ווי דערמאנט אין אנפאנג בריף.
מיט בעסטע וואונטש לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
הרב מנחם שניאווסאהן
יו"ר ועד הפועל