אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד מט

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו


ז' שבט, תש"ג.
כבוד הרה"ג והרה"ח אי"א וו"ח
ורב הפעלים וכו' וכו' מהר"ר . . .

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער שרייבן צו כ"ק אדמו"ר שליט"א און דער "מרכז לעניני חינוך" מיט אייער הצעה וועגן דער מיטוואכדיקער פרייע שעה פאר די סקול-קינדער:

כ"ק אדמו"ר שליט"א האט איבער געשיקט צו אונז אייער בריוו, און האט אונז מזרז געווען צו טאן אין דעם.

מיר האבן זיך געשטעלט אין פארבינדונג מיט מאנכע מענטשן וועלכע האבן פארשפראכן צו טאן אין דעם.

די צעטלאך האבן מיר פארטיק געמאכט, און געוויס האט איר עס שוין באקומען.

זיכער וועט איר אונז שיקן די באריכט וועגן אונזערע "בית רבקה" וועלכע שטייען אונטער אייער הנהלה, ווי מיר האבן גערעדט טעלעפאניש. בייגעלייגט א מוסטער. בימים האלה ימי גזרות קשות כהמן וכמרז"ל – סנה' צז, ב - הנה העצה היעוצה ע"י חכמינו ז"ל - ב"מ פה, א - היא ללמד את בני עמי הארץ תורה ולהחזיר רשע בתשובה וכפי' התרגום ופירש"י על הפסוק בירמי' שם, שהמה מבטלים הגזרה. וכל אחד צריך לראות את העולם חציו זכאי וחציו חייב. והנה ע"י מעשיו הטובים מכריע העולם לכף זכות וגורם תשועה והצלה וכלשון הרמב"ם בהל' תשובה ג, ד,

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
יו"ר ועד הפועל