אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד עז
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו
ב"ה, יום ו' ח' סיון, ה'תש"ג
כבוד הוו"ח אי"א נבון ונעלה וכו'
מהר"י הכהן שי' כ"ץ
שלום וברכה!
געוויס האט איר צייטיג דערהאלטן די שמועסן, וואס מ'האט אייך ארויסגעשיקט לויס אייער באשטעלונג זייענדיג דא, און האט זיך אויך משתדל געווען אז זיי זאלן אנקומען אין די נויטיקע ערטער,
ווי גרויס איז די זאך פון מזכה זיין את הרבים, איז זיכער איבעריק צו מאריך זיין אין דעם, און דערפאר האפן מיר אז אויך אין דעם צוקונפט וועט איר טאן אויף דעם געביט, און צוביסלעך פארברייטערן די ארבעט צוציענדיג נאך מענטשן וואס זאלן אייך העלפן אין דעם,
איך האב געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, אז דער אלטער רבי האט אמאל געזאגט: תורה איז גאטלעך און רוחניות און די ערשטע מצוה צו געשריבן ווערן אין דער תורה איז מצות פרי' ורבי'? נאר וואס דען! די תורה איז דרכים - און דער סדר אין איר - דרכי נועם, די מצוה ראשונה איז: א איד דארף וועלן עס זאל זיין נאך א איד, עכ"ל.
מיט וואונטש פון חג שמח און קבלת התורה בפנימיות,
ובברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
הרב מנחס שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל