אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד צג

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו


ב"ה, יום ה' י"א לחודש מנ"א, ה'תש"ג
להנדיב הנכבד והנעלה אי"א וו"ח וכו' מוהר"ר . . ,

שלום וברכה!

אונז וואונדערט וואס לעצטנס הערן מיר ניט פון אייך, אונז וואלט געפרייט ווען איר שרייבט אונז א בריוו ווי עם גייס אייך פערזענלעך, און וואס טוט זיך וועגן פארשטארקן אידישקייט ביי אייך אין שטאט, ווי מיר האבן גערעדט ווען איר זייט דא געווען.

די חברה משניות בעל פה מעמבער קארט האבן מיר אייך ארויסגעשיקט, און זיכער האט איר עס באקומען.

עס וואונדערט אונז וואס איר האט נאך ניט באשטעלט די קובצים "היום יום" און חנוך לנער וועלכע זיינען לעצטענס דערשיינען און וועלכע האבן ארויסגערופן אין דער חסידישער וועלט גרויס צופרידענקייט. זיכער האט איר זיי נאך ניט באשטעלט ווייל איר זייט ניט געווען אינפארמירט וועגן זייער דערשיינונג און דערפאר שיקן מיר אייך ארויס צו פינף פון ביידע קובצים, פאר אייך און אייערע פריינד. אויב איר געפינט אז דאס איז צופיל קענט איר זיי די איבעריקע צוריק שיקן אויף אונזער חשבון.

אין דעם חדש החורבן - יהפך ב"ב לשמחה ולששון - דארפן מיר אלע געדענקען, אז על מה אבדה הארץ (בבית ראשון) על מאסה של תורה (ב"מ פה, ב) ובבית שני - איבער שנאת חנם (יומא ט, ב)

און דער זכרון דארף ארויס רופן דעם שטארקן ווילן, אויף טאן אלץ אין אהבת ישראל חינם בלא פניות (זע היום יום ט"ו כסלו וואס דער אלטער רבי - בעל התניא ושו"ע - האט געזאגט אין דעם), ובפרט אויף פארשטארקן חיבת התורה וואס דאס קומט דורך דערקלערן, אז עס איז חכמתו ית', ובכלל דורך התעוררות ליראת שמים,

בברכה לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
יו"ר ועד הפועל