אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד סח
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו
ב"ה יום ו' ד' לחדש ניסן תשג"ה
כבוד ידידינו וו"ח אי"א, עסקנים חרוצים רבי מעש,
חובבי תורה ורודפי צדקה וכו' אגודת חב"ד ולעידיס
עקזילירי בעיר נוארק נ.דזש.
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
מיט גרויס דאנק באשטעטיקן מיר דעם עמפאנגען פון אייך, די סומע פון צוויי הונדערט דאלאר (200$) אלס ביישטייערונג אויף די הוצאות פון ארויסגעבן דעם "בענטשערל".
עס איז גאר ניט אפצושאצן די גרויס פון דעם זכות אנטיילצונעמען אין אזא מצוה. בא טויזענטער אידישע קינדער ווערן בע"ה פארשטארקט אידישקייט דורך דעם בענטשערל, און די מיליאנען ברכות וועלכע וועלן אי"ה געזאגט ווערן אין דעם בענטשערל וועלן זיין מליצים טובים אויף אלעמען וועלכע האבן אין דעם מיטגעהאלפן.
מיר האפן אז אייער נדבה איז ניט פון א איינמאליקן כאראקטער, נאר אז איר וועט מיט אלע מעגליכקייטן זוכן אויך אויף ווייטער צו העלפן בע"ה דעם מרכז לעניני חינוך, אין זיין ברייט פארצווייגטער חנוך ארבעט.
אבער וויסנדיק אייער גרויסע איבערגעגעבענקייט פאר יידישקייט און שטארקע ענערגע, ווילן מיר אויך האפן, אז איר וועט זיך ניט באנוגענען נור מיט שאפן געלט, נאר וועט אויך טאן אלעס מעגלעכעס אויף צוציען וואס מער קינדער אויף באקומען אן עכט אידישע דערציאונג אין דער "בית שרה" פון נוארק, ווי אויך אלע אנדערע ארבעט וואס ס,איז נויטיק פאר דער אויפבליאונג פון דער סקול בע"ה.
אין דעם חדש ניסן דעם חדש פון גאולה דארפן מיר אלע, מער ווי אלעמאל, געדענקען דאס וואס די חכמים דערציילן אונז וועגן דער גאולה:
אין זכות פון די פרויען צדקניות זיינען די אידן אויסגעלייזט געווארן פון מצרים, זיי זיינען געווען די, וואס האבן אויפגעשטעלט דעם דור פון הונדערטער טויזנטער אידישע קינדער, קינדער וועלכע נאך קליינערהייט האבן זיי "געזען" דעם אויבערשטן און דערקענט די נסים מיט וועלכע ער האלט אויף און שטארקט זיין פאלק, און צו קריעת ים סוף ווען די מצריים, די פיינט פון די אידן זיינען אלע דערטרונקען געווארן און די יידן זיינען געבליבן גאנץ. און אוועק אונטער דער אנפירערשאפט פון משה רבינו, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, זיינען אט די קינדער געווען די ערשטע צו אויסשרייען: זה א-לי ואנוהו אלקי אבי וארוממנהו. און דאס איז געווען די ערשטע שירה וואס דער גאנצער אידישער פאלק האט צוזאמען געזונגען.
ביי דער גאולה שלימה במהרה בימינו וועט ווידער - ווי דער מדרש דערציילט - דער יידישער פאלק זינגען, א שיר חדש, לאמיר זשע צוגרייטן אלע אידישע קינדער זיי זאלן מיט שטאלץ קענען אויסרופן:
זה אלי - דאס איז מיין גאט - ואנוהו - דורך אונזער גוטער אויפפירונג אין צייט פון גלות, וועט ער איצט אויפשטעלן, זיין וואוינונג, דעם בית המקדש.
מיר ווינטשן אלע אייערע מעמבערס א כשרן פריילעכן פסח און הצלחה אין אייער ארבעט,
בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה.
הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל