לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן צב

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן צב דינים פון ערב פסח. אנטהאלט זיבן סעיפים:

א. מען זאגט נישט מזמור לתורה ולמנצח.

ב. ביז א דריטל טאג מעג מען עסן חמץ. און פארקויפן צו אן א"י מעג מען א שעה לענגער. און שפּעטער טאר מען שוין נישט הנאה האבן.

ג. מען מוז פארברענען דעם חמץ אין דער צייט וואס מען מעג פארקויפן צו אן א"י[1].

ד. מען טאר ערב פסח נישט עסן קיין מצה, אבער קניידלעך פון מצה מעל מעג מען.

ה. פון זייגער צוועלף טאר מען נישט טוען קיין שום מלאכה וואס מען טאר נישט אום (= אין) חול המועד טאן, ווייל פארצייטנס ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען האט מען שוין נאך צוועלף מקריב געווען דעם קרבן פסח, האט עס שוין געהייסן יום טוב, דרום (= דעריבער) דארף מען זיך אפּשניידן די נעגל און אפּשערן פאר צוועלף. ווען אבער ער האט פארגעסן, מער ער דערנאך אפּשניידן די נעגל. נאר אפּשערן מעג ער נאר דורך אן א"י.

ו. א בּכור סיי ביי דעם פאטער, סיי ביי דער מוטער, סיי נאך א נפל, דארף פאסטן. און אזוי באלד דאס קינד (פאר בר מצוה) איז א בּכור, דארף דער פאטער פאסטן. נאר אויף א סעודת מצוה דהיינו א סיום מסכת, אברית מילה, מעגן זיי עסן.

ז. די בּכורים וואס פאסטן זאגן ביי מנחה עננו. נאר אז זיי דאווענען בציבור זאל קיין בּכור נישט דאווענען פאר דעם עמוד, כדי זאל נישט זאגן אין דער הויכער שמונה עשרה עננו.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. דאס איז א טעות. ווייל זיין מקור אין קיצור שולחן ערוך וואס שרייבט: וצריך לשרוף את החמץ ולבטלו כל זמן שהוא מותר בהנאה, און דער קיצור עברי טייטש האט געלערנט אז ער מיינט כל זמן שהוא מותר בהנאה לגוי, אבער דאס איז נישט ריכטיק, ווייל ער מיינט כל זמן שמותר בהנאה מן התורה, דהיינו ביז שעה שישית מעג מען פארברענען, כמבואר אין סימן תל"ד סעיף ב' עיי"ש.