לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פה

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן פה דינים פון חול המועד. אנטהאלט פיר סעיפים:

א. חול המועד איז אויך אסור א סאך מלאכות, עס איז נאר מותר צו טאן אזעלכע מלאכות וואס צוליב עסן און קאכן. אויך אזא מלאכה וואס פאר יום טוב האט ער זי נישט געקענט טאן, און יעצט מוז ער עס טאן, דען (= ווייל) וועט ער ווארטן אויף נאך יום טוב, וועט עס גיין צו שאדן, דאס מעג מען. אבער אנדערע מלאכות טאר מען נישט.

ב. אויך האנדלען, רעכענען, שרייבן, איז אויך נאר מותר באופן ווען ער וועט עס נישט טאן, וועט ער היזק האבן פן קרן, ווייל דער נאך וועט עס נישט אזוי פיל ווערט זיין, אדער עס וועט נישט קריגן דעם קונה. אויך ביי א רעכענונג, טאמער וועט ער פארגעסן קען זיין דאס ער וועט שאדן האבן, אויך צוליב דאס מעג מען האנדלען. און אויך א מלאכה טאן אין דער שטיל ביי זיך אין שטוב, ווען ער האט נישט אויף יום טוב. אבער באופן אחר, טאר מען נישט.

ג. די אלע פּראדוקטן וואס צוליב יום טוב מעג מען האנדלען, אפילו צוליב דעם רוח, און ווייטער די אנדערע מסחרים, זאל מען פרעגן א תלמיד חכם ווי זיך נוהג צו זיין. אויך ווען מען שלאגט אים אין א פרישן מסחר, זאל ער פרעגן א תלמיד חכם צו ער זאל עס מאכן אום חול המועד, דען עס איז דא אין דעם פיל דינים. און דער עולם זאל זיך די זאכן נישט האלטן פארגרינג, דען די הייליקע גמרא זאגט: דאס דער וואס איז מבזה חול המועד, כאטשע ער האט זיך די השלמה פון תורה און מצות און מעשים טובים, פון דעסטוועגן האט ער נישט קיין חלק לעולם הבא.

ד. אום (= אין) חול המועד, טאר מען נישט חתונה האבן, נאר צוריקנעמען א גרושה מעג מען.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]