קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פו

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן פו דינים פון ראש חודש ניסן. אנטהאלט צוויי סעיפים:

א. א גאנצער חודש ניסן זאגט מען נישט קיין תחנון, צדוק הדין, צדקתך צדק, און אלע טאג זאגט מע אן אנדער נשיא. מען טאר אויך נישט פאסטן אין אים אפילו א יארצייט, סיידן א תענית חלום אדער חתן כלה אין חופה טאג, אפילו אין דעם טאג פון ראש חודש. אויך בכורים וואס פאסטן ערב פסח.

ב. דער שבת פאר פסח הייסט שבת הגדול, מען זאגט נישט קיין ברכי נפשי, נאר מען זאגט עבדים היינו ביז רבן גמליאל, דען אום (= אין) שבת הגדול האט זיך אנגעהויבן די גאולה. און מען איז זיך נוהג דאס דער רב זאגט א דרשה, און איז מודיע די דינים פון פסח.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]