קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פז
מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן פז דינים פון קמח של פּסח (פון פּסח'דיק מעל). אנטהאלט פינף סעיפים:
א. עס איז דא פיל פּוסקים וואס זאגן אז מען דארף האבן שמירה צו פּסח'דיקע ווייצן בשעת ווען מען גייט זיי שניידן, דאס מען לאזט זיי נישט זייער שטארק אויסטריקענען אויף דעם פעלד דאס עס זאל נישט פאלן אויסגעשטאנענהייט רעגן, און דאס ווערט אנגערופן מצה שמורה. נאר דער מנהג איז: דאס מען היט עס נאר פון דער צייט פון מאלן אן. נאר א ירא שמים זאל אויף זיך מחמיר זיין דוקא צו עסן מצה שמורה.
ב. דאס כשרן (= כשר מאכן) די מילן, אויך צו (= אויב) די ווייצן זענען כשר, מוז דאס זיין דורך א תלמיד חכם.
ג. נאך דעם ווי דאס מעל גייט ארויס פון דער מיל, מעג מען ערשט באקן דערפון מצות אין א מעת לעת ארום.
ד. די זעק צום מעל זאלן זיין נייע אדער גוט אדורכגעקאכט מיט אש, און אויסקלאפּן זיי גאר פאר דעם אויסקאכן. מוז מען די אלטע זעק פאר נאנדעררייסן די נאטן (= נעט).
ה. מען זאל נזהר זיין מיט די זעק מעל דאס זיי זאלן נישט נאס ווערן, אויך נישט לייגן צו פיל א זאק אויף דעם אנדערן, דאס מעל זאל זיך נישט דערהיצן. און מען טאר א זאק פּסח'דיק מען נישט ארויפלייגן אויף דעם גוף א בהמה, דען וועט עס זיך דערהיצן, און דער זאק מעל וועט אין זיך ארייננעמען דאס שווייס פון דער בהמה.