קיצור שו"ע עברי טייטש סימן צז
מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן צז דינים פון ספירה ציילן. אנטהאלט ניין סעיפים:
א. מען הייבט אן צו ציילן ספירה די אנדערע נאכט פסח (ליל ט"ז ניסן) און מען מוז ציילן שטענדיק.
ב. מען ציילט ספירה ווען עס איז שוין רעכט (= זיכער) נאכט, און די מצווה איז תיכף צו ציילן. נאר אז מען האט קיין צייט נישט, קען מען ציילן א גאנצע נאכט.
ג. ווען מען ציילט אין שול ספירה אויף די ערטער וואס מען מאכט קידוש והבדלה אין שול, ציילט מען נאך קידוש און פאר הבדלה.
ד. איידער מען גייט מאכן די ברכה דארף מען וויסן וויפיל טאג אין דער ספירה עס איז.
ה. אז מען האט פארגעסן צו ציילן ספירה קען מען ציילן ביי טאג בלא ברכה, (און די אנדערע נעכט מיט א ברכה). ווען מען האט אבער ביי טאג אויך נישט געציילט, ציילט מען שוין ווייטער די ספירה (אלע נעכט) בלא ברכה. ווען אבער עס איז אים א ספק צי ער האט נעכטן געציילט, זאל ער ווייטער ציילן מיט א ברכה.
ו. ווען איינער פרעגט דעם צווייטן וואס האט נאך נישט ספירה געציילט, וויפיל טאג עס איז אין דער ספירה, זאל ער אים ענטפערן נעכטן איז געווען אזוי פיל אין דער ספירה.
ז. אז מען האט א טעות אין דער ספירה, אזוי באלד (= אין א מינוט וואס[1]) מען דערמאנט זיך תיכף, ווי ער האט אפגעזאגט שלשה ימים, האט ער באלד זיך צוריק געכאפט ארבעה ימים, ציילן ער נאך א מאל (שלשה ימים) אן א ברכה. ווען אבער מיט פאר מינוט שפעטער מוז ער נאך א מאל ציילן מיט א ברכה.
ח. מען איז זיך נוהג נישט צו שערן זיך, אויך נישט חתונה צו האבן אין ספירה. נאר ר"ח אייר (ווען עס פאלט אויס שבת[2]) און ל"ג בעומר. (מעג מען חתונה צו האבן און זיך שערן) און פון ר"ח סיון איז מותר.[3]
ט. עס שטייט אין דער תורה "שבע שבתות תהיינה", די זיבן וואכן פון פסח ביז שבועות מוזן זיין גאנצע וואכן, דרום (= דעריבער) דארף מען די ערשטע נאכט שבועות דאווענען מעריב ווען עס איז שוין רעכט (=זיכער) נאכט.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ אזוי באלד אויף דייטש SOBAKD = אין א מינוט וואס, ברגע שֶ.
- ↑ ווייל דער גאנצער היתר איז נאר ווען ר"ח אייר פאלט אויס שבת, ווי שטייט אין קיצור ש"ע "אך כשחל ראש חודש אייר בשבת, דיש בו שתי קדושות, קדושת שבת וקדושת ראש חודש, אז מתירין לישא וכן להסתפר בערב שבת".
- ↑ צ"ע ווייל דער גאנצער איסור איז נאר דריי און דרייסיק טעג, ביז ל"ע בעומר, י"ח אייר, (און ס'דא אנדערע שיטות ווי אזוי מען רעכענט אויס די דריי און דרייסיק טעג) און דא שטייט אז עס איז דא איסור כל ימי ספירה ביז ר"ח סיון, איז דאך פינף און פערציק טעג.