ילקוט יהודה נח ה

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת נח: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת נח אין pdf דאקומענט


משל פאר ציון

איך בין געפארן אויף א שיף, זייער פיל מענטשן זיינען געווען אויף דער שיף, ערשטן, צווייטן און דריטן קלאס, פלוצלונג איז געווארן א גרויסער שטורם, די שיף האט זיך געוויקט, אזוי ווי א שטרויעלע, אויפן רוישענדן ים. פלוצלונג האבן מיר געהערט א געשריי אז די שיף איז ארויף געווארפן אויף א שטיין, און עס האט געמאכט א לאך, און זי גייט אן מיט וואסער. א גרויסער טומל איז געווארן ביי די אלע רייזנדע, און איך האב געהערט אט די אזעלעכע געשריגן:

אט דאס איז איבער אייערע החטאים, אפיקורסים, איבער אייערע מעשים רעים, צוליב אייך וואס איר זייט מחלל שבת בפרהסיא, און איר טוט אלע מעשים רעים, צוליב אייך איז דער אומגליק, און מיר מוזן צוליב אייך ליידען

האבן די פרייע זיך צושריגן, ניט מיר זיינען שולדיג, די נארישקייט פון דער וועלט, וואס עס פעלט נאך ידיעה, מיר זיינען נאך ניט געקומען צו די הויכע בילדונג. מיר ווייסן נאך ניט אלע געגענדן פונעם ים, צו קענען אויסמיידן די סכנה פלעצער, ליכט פון בילדובג פעהלט.

איינער האט אזוי געשריגן, עס פעלט אונז צו וויסן און פעסט צו שטעלן, וואס פאר א וועטער עס דארף אנקומען, ווען דער קעפטן וואלט געהאט די ידיעה, וואלט ער ניט ארויסגעפארן.

חברים, איר האט א טעות, האט איינער געשריגן, ווען מיר וואלטן געקענט מאכן שיפען פון אזא מין שטאף וואס האט קיין מורא פאר א קלאפ פון א שטיין, וואלטן מיר ניט געווען איז אזא סכנה.

איינער האט אויסגעשריגן, חברים, נאריש זייט איר אן שכל, קיין פארשטאנד פון א מענטשן האט איר ניט. אין די טויזענטער יארן וועט מען פון אזעלכע ברואים, ווי איר זייט ניט קענען מאכן פאר מענטשן. אין אזא געפאר ווי מיר שטייען איצט, די שיף איז צעבראכן, וואסער גייט אין איר, און אונטערן דעק, די דריטע קלאס קען זיכער זיין, דאס דארטן שלאפן נאר מאמעס מיט קינדער, אלטע קראנקע מענטשן און אלערהאנט, זאלן מיר לויפן זיי ארויפנעמען אויפן דעק, דער געפאר איז גרויס, איצט שטייט איר, און קלערט, און יעדער וויל אויפווייזן, אז ניט צוליב אים האט עס געשען, איינער ווארפט די שולד אויפן צווייטן, איצט ראטעוועט אנדערע, און ראטעוועט זיך אליין. גערעכט! גערעכט! האבן אלע אנגעהויבן שרייען.

מיינע ליבע ברידער, דאס האב איך געזאגט ביי א ציוניסטישע פארזאמלונג, וואו עס איז פארגעקומען א גרויסע מחלוקת ביי ציונסטן און מזרחיסטן. שקצים איר זייט שולדיק, און יענע שרייען איר זייט שולדיק, און אנדערע שרייען די זיינען שולדיק, א דריטער שרייט איר זייט שולדיק, און נאך אנדערע שרייען איר זייט אלע שולדיק, א פערטער קלאס שרייט איר זייט אלע דריי שולדיק.

דאס יידישע שיפעלע, ווערט איצט געטראגן פון די כוואליעס פונעם ים, אין קיין פלאץ ניט אנקומען, מען לאזט נישט אריין, אלע וויילע הערט אז דארט און דארט האט זיך דאס שיפעלע אנגעקלאפט אן א שטיין... די פרויען, די מאמעס, שרייען מיר האבן מורא פארן וואסער... אנדערע מאמעס, מיט די קינדער זיינען גאר אין טיפן שלאף פארזונקען... מען ווערט שוין באלד דערטרונקען, גאר אין גאנצן... אין גייסט... אין קערפער... איצט שטייט איר, און קריגט זיך, ווער איז שולדיק... מיר אלע זיינען שולדיק... מיר זיינען אלע שולדיק . . .

* * * * *

די היינטיגע רופען זיך פרייע, זיי זיינען פריי צו טאן וואס זיי ווילן, אזוי רופן זיי זיך אליין. אבער איך זאג פונקט פארקערט, מיר פרומע זיינען פרייע, און זיי זיינען ניט פרייע. אומגעפער שבת רויכערען, מיר אדער אנדערע פרומע, קומט אפילו אויף דעם געדאנק ניט ארויף, מען טאר נישט און דאס אלעס. אבער די פרייע, ווען איינער איז ביי א פרומען טאטן און האט מורא פאר דעם טאטן, וועט ער זיך באגראבן אין בייסמענט (מאגאזין), אדער גיין פופציג בלאק (= בנינים) אום צו קענען רויכערען, און אזוי איז מיט אלעס, און ביי אלעס, ביים עסן, טרינקען און אלע עבירות, מיר מוזן נישט און זיי מוזן, ווער איז טאקע אין דער אמת א פרייער, מיר אדער זיי?

* * * * *

א חזן האט זיך בארימט פאר א ראש הקהל, דאס ווי נאר ער האט געדאווענט תפלת גשם, האט גלייך אנגעהויבן רעגענען.

דער ראש הקהל האט אים גלייך געענטפערט, אזוינע מענטשן ווי דו חזן, קענען אויך ברענגען א מבול...

דער גליק פון די מענשהייט איז וואס איינער קען ניט אריינקוקן אין מענטשענס קאפ, געדאנקען און הארץ. ווען מען וואלט יא געקענט אריינקוקן אינעם אינערלעכען געדאנק פון מענטשן וואלטן מענטשן אנטלאפן איינער פונעם אנדערן...

* * * * *

די וועלט איז א טורמע, פון וועלכע קיין מענטש קיין ניט האפן ארויסצוקומען א לעבעדיקער...

* * * * *

ס'רוב מענער, איבערהויפט פון די יונגע, זיינען גרויסע כעמיקער, זיי קענען מאכן פון געלט בלאטע...

* * * * *

א מענטש קען ווערט זיין א מיליאן דאלער, און ניט ווערט זיין וואס די ערד טראגט אים...

* * * * *

צוויי גוטע מענטשן זיינען דא אויף דער וועלט. איינער איז שוין טויט. דער צווייטער איז נאך נישט געבארן געווארן...

* * * * *

אויף א קארגן גביר זאגט מען ער קלייבט געלט, האט ער. - איך זאג ער האט ניט געקליבן, נאר ער האט גענומען ווי עס גייט. ווען ער וואלט געקליבן, וואלט ער נישט געהאט. (קלייבן די איז כשר די אז נישט כשר). ער האט גענומען.