לדלג לתוכן

ילקוט יהודה נח ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת נח: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת נח אין pdf דאקומענט


חנוך בן ירד איז א שוסטער געווען
די אגדה זאגט, "חנוך תופר מנעלים היה ועל כל תפירה ותפירה היה מיחד יחודים".

חנוך איז געווען א שוסטער, און אויף יעדן צי מיטן דראטווע, האט ער מיחד יחודים געווען. מיינט מען, אז דאס איז געמיינט, דאס אויף יעדן צי דעם דראטווע, האט ער געלערענט סודי סודות, אין די גאטהייט. קומט ר' ישראל מסאלאנטער דער געטלעכער גאון און צדיק און זאגט, אז חנוך איז געווען אן אמת'ער, ארענטלעכער בעל מלאכה, ער האט נאך געקוקט אויף יעדן שטאך און יעדן צי מיטן דראטווע, אז עס זאל זיין איינע און איינע גלייך, און שטארק צוגעצויגן, אז עס זאל זיך האלטן, און נאר אזא בעל מלאכה קען ווערען א מלאך.

פרומע שרעקט זיך נישט
אלה תולדות נח, נח איש צדיק תמים היה בדורותיו.

מיר לעבן איצט, אין א וועלט פון כופרים, אין א וועלט פון א סאך וועלכע לאכן פון כל קודש, דער אויר איז פארפּעסטעט, אין אזא פארפּעסטעטע לופט דארף לעבן דער פרומער ייד אין זיין ריכטיקן וועג, נישט אפקערן, נישט רעכט נישט לינקס. אלה תולדות נח, זאגט רש"י די תולדות הצדיקים איז מעשים טובים, און דאך איז ער געווען מיט זיינע מעשים טובים, פאלקאם, אפילו בדורותיו אין זיין צייט, אין א דור פון רשעים. את האלהים התהלך נח, און ער איז געווען געגאנגען מיט גאט און געווען א צדיק תמים.

דער ייד אין גלות
עניה סוערה לא נחמה ויסדתיך בספירים. (הפטרה נח, ישעיה נ"ד)

דער ארעמער איד אין גלות. ארעם - דאס אליין איז שרעקלעך, און נאך דערצו האט ער א נערווען קראנקהייט, ער איז כסדר אויפגערעגט, אוממעגלעך אים צו טרייסטן. אויב א מאן, ווערט נעבעך פארטריבן אין גלות, אין א פרעמדן לאנד, איז אזוי, – אויב ער האט גענוג געלט, וועט מען אים אומעטום מקבל זיין "בסבר פנים יפות". אפילו ער איז אן ארעמאן, אבער געזונט און שטארק, וועט ער אויך געפינען ארבעט, און ער וועט זיך מאכן א לעבן. אבער ווען ער איז ארעם און קראנק, דאן איז אים אין גלות זייער ביטער.

"עניה" דו ארעמע כנמת ישראל, און דערצו ביסטו "סוערה", צושטורעמט, קראנק נערווען, צוציטערט, דאן דוכט זיך דיר אז "לא נוחמה", דו ביסט נישט געטרייסט, דו קענסט נישט מקבל זיין תנחומין. זאג איך דיר אז איך וועל דיר טרייסטן, "הנה אנכי מרביץ בפוך אבניך", דו וועסט ווערען רייך, און אין גלות וועסטו אויך נישט זיין, ווייל – "ויסדתיך בספירים", דיין פעסטן פונדיישן (פונדאמענט, יסוד), אויף דיין לאנד, נישט קיין אויס וואנדערער וועסטו זיין, דיין פונדיישן "בספירים", ודו"ק.

אומגליקליכער יקום פורקן
וימח את כל היקום.

אין א שטעטל אין אין דייטשלאנד, האבן זיך פארזאמלט אנשי העיר מתקן צו זיין (מקלקל צו זיין) דעם סדר התפלה, וואס מען זאל אוימסעקן פונעם סידור. אז עס איז געקומען צום יקום פורקן האבן זיי נישט געוואוסט וועלכן צו מעקן, האט איינער א בר אוריין, און א פיינער ייד אנגעוויזן א ראיה פון דער תורה, אז אויב מעקן איז ביידע יקום פורקנ'ס – און דער באווייז איז, האט ער זיי געזאגט, ווען די אנשי המבול אז זיי האבן פארדארבן זייערע וועגן, פונקט ויי איר היינט, דאן האבן זיי אויך ביידע יקום פורקנ'ס אויסיגעמעקט, ווייל עס איז געזאגט "וימח את כל היקום". אז אפגעמעקט - זאל זיין ביידע יקום פורקנ'ס.