ילקוט יהודה נח ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת נח: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת נח אין pdf דאקומענט


מסורה – פינף ווערטער צוויי אותיות א ווארט

נח את שם את חם
כי גם זה לך בן
כי יד על כס יה
על כן לא בא אל (שלחן המלך)
גם לי גם לך לא (יהיה)
(אין) זה כי אם רע לך.

די בעסטע זאך איז אזוי צו טאן, זיין פרום אין קענען לערנען, און אויך לעבן בעולם הזה א גוטן לעבן. נישט פלאגן זיך מיט סיגופים, איבעריק פאסטן טעג און אזוי ווייטער "נח" את גרינג, אזוי צו טאן, "את שם", ער זאל האבן זיך אימער וואס שם האט געהאט מיט זיך תורה און מצות, און אויך "את חם" וואס חם האט אימער מיט זיך געהאט, לעבן, עסן טרינקען פון כל טוב, אזוי דארף יעדער איד זיין – את-שם און את-חם, ודו"ק. ווייל "כי גם זה" דען אויך די וועלט, הייסט עס, איז אויך "לך בן", דארפסטו האבן ווי א קינד, דו קענסט מיט גוט לעבן האבן עולם הבא.

כי יד על כס יה
על כן לא בא אל (שלחן המלך)

איינער וויל נאר זיין מיט גאט, כי-יד-על-כס-יה, נאר זיין א ייד א פרומער, אבער נאר מיט דעם אליין, און פון דער וועלט האלט ער גאר ניט, טויג ניט, "על כן לא בא אל שלחן המלך", מיט דעם אליין קען ער ניט קומען צום שלחן המלך, ודו"ק.

גם לי גם לך לא (יהיה)
(אין) זה כי אם רע לך.

אז איינער טוט נישט ביידע, נישט ער זוכט עולם הבא, און ער זוכט אויך נישט עולם הזה און ער זאגט "גם לי", נישט צו מיר וואס באלאנגט צו מיין קערפער, "גם לך", נישט צו דיר גאט וואס באלאנגט צו דיר, "לא יהיה", זאל נישט זיין ביידע, דאס איז סתם א גארנישט, אדער זאגן גאר בעסער א גארנישט שבגארנישט.

חנוך הבנים
כי אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה.

דא איז א גרויסע פראגע, אין אנפאנג סדרה האט דאך גאט אים גערופן צדיק תמים, און יעצט זאגט גאט ב"ה צו אים "כי אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה", דען דו ביסט מיר געפעלן פאר א צדיק, אין דעם "דור" - טא וואו איז געבליבן דער תמים, פריער רופט די תורה אים תמים, און יעצט נאר צדיק אליין?

נח'ם קינדער האבן גורם געווען אז עס זאל אראפ פון אים דער תמים. נח האט זיינע דריי זין, "שם" איז גוט, אבער "יפת" דער אריסטאקראט, מן הסתם לייגט ער נישט ביידע פאר תפלין, און עם קען זיין אפילו איין פאר אויך נישט, און דער פּאסקודנאק חם, דער חאמוק, איז דאך גאר א מאוס'ע בריאה , און אויסוואורף, א טרעמפ, זאגט גאט צו אים: נח, אמת – דו האסט געהאט די צוויי בנים, האב איך אויף דיר געשריבן צדיק תמים, ווייל דו ביסט עס טאקע. אבער יעצט, כי אותך ראיתי צדיק, נישט תמים. פארוואס וועסטו פרעגן, איז אראפ דער תמים, ווייל – "בדור הזה" צוליב דיין דור, אז דו האסט אזעלכע בנים, קען איך דיר נישט רופן מער צדיק תמים, נאר צדיק אליין, ודו"ק.

כי מלאה הארץ חמס מפניהם

די. רייכע, די באאמטע, די פירער, אלע פון די הויכע פענסטער די "פני" איז פול מיט גזילה, רציחה, גניבה, פאלשקייט, נידערטרעכטיקייט, אלעס געפינט זיך ביי די פני.

אויסער אלטע בחורים און קאטוילישע גלחים

"ומכל החי וגו' – זכר ונקבה יהיו" – הער מיין ליבער נח, אין דיין שיף נעם אריין, נאר די יעניקע וועלכע האבן א פאר, אויסער אלטע בחורים, אלטע מוידן, און אויסער קאטוילישע גלחים... ווייטער נעם אריין אלע וואס האבן א פאר, אפילו א דבר אחר...