ילקוט יהודה נח ב
פרשת נח: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת נח אין pdf דאקומענט
א פאטער האט געהאט צוויי זין, טאג טעגלעך האבן זיי זיך ארומגעקריגט, און אויך געשלאגן זיך. די עלטערן האבן דערפון זייער פיל געליטן. ווען עם איז שוין ברירה נישט געווען, האבן זיי ארויס געטריבן ביידע בנים, זיינען זיי אוועק קיין מאסקווע.
א יאר אוועק, דארף זיך מאכן, אז אן ארעמאן איז געקומען אין דער שטאט, האט דער פאטער פון די בנים משחיתים דעם ארעמאן גענומען אויף שבת. אין די רייד, ביי דעם טיש זיצענדיג, האט זיך דער "בעל הבית" דערוואוסט, אז ער איז פון מאסקווע. פרעגט ער דעם אורח, האט איר פילייכט געטראפן אזעלכע און אזעלכע צוויי בחורים? יא! איך האב זיי געזען איינציגע מאל, נאר זיי פלעגן זיך ארום שלאגן כסדר, אבער איצט, איז ביי זיי שלום און אחדות, איינער קען אן דעם אנדערן א טריט אפילו נישט גיין, א וואונדערלעכער שלום ביי זיי. (דער אורה ווייסט נישט, אז דאס ווערט גערעדט פון דעם בעל הבית קינדער).
פאטער און מוטער זיינען פארוואונדערט, און ביידע בעטן דעם אורח ער זאל דערציילן ווייטער. יא! איך וועל דערציילן, ביידע זיינען געכאפט געווארן ביי א פארברעכן, א קרימינאל-פארברעכן, האט מען זיי פאראורטיילט אויף צוויי יאר. פאליציי האט זיך דערוואוסט אז זיי זיינען ברידער, האט מען זיי ביידן געשלאסן האנט צו האנט, נו - איז דאס נישט א זעלטענע אחדות?...
דאס זעלבע נח מיט זיינע זין, "את שם את חם ואת יפת", וואלט דען נישט געווען גענוג צו שרייבן "ויולד נח שלשה בנים את שם חם ויפת", ווארום (= פארוואס) ביי יעדן, דעם ווארט "את"? דאס ווייזט אז זיי האבן קיין אחדות נישט געהאט צווישן זיך. יעדער איז געווען באזונדער. "את שם", שם שטימט נישט מיט "חם", דארום איז ביי "חם" דאס ווארט את, צו ווייזן, דאס ער איז א באזונדער וועלט, "חם" שטימט נישט מיט "שם" און גייט אין אן אנדער וועג. און חם שטימט נישט מיט יפת, יפת שטימט נישט מיט חם, שם שטימט נישט מיט ביידן, זיי ביידע שטימען נישט מיט שם. "ואת יפת", שם האט פיינט דעם אריסטאקראט, דעם אפיקורס יפת, יפת ווידער האסט "שם", דעם פרומען, דעם תלמיד הכם.
אבער אז זיי דארפן פארשפארט ווערן אין פריזאן, אין קאסטן, אין מבול וואסער, עס האלט ביי דערטרינקען ווערען, האבן זיי זיך ארום גענומען אלע צוזאמען. "ויבא נח ואשתו וכניו ונשי בניו אתו אל התבה", נח מיט זיין ווייבל, וואס מן הסתם האט זי נישט זייער ליב געהאט דעם צדיק תמים... איצט איז זי שוין שלום מיט אים, און די זינדעלאך חם און יפת, גלייכן געווים נישט דעם טאטן, און איינער דעם אנדערן ווי מיר האבן געשריבן. יעצט האבן אלע געשלאסן שלום ויבא נח ואשתו – שלום, ובניו שלום מיטן טאטן, שלום ביי זיי איינער מיטן צווייטן, מפני מי המבול, אז דער מבול וואסער איז אויף דער וועלט, די קייטלעך צרות אויף דער וועלט, מפני מי המבול (דאס איז אויך דער משל אויפן גאנצן כלל ישראל דאס זעלבע פאר דער אומה ישראלית אנגעמאסטן, פארשטייט אליין).
דער מדרש זאגט, אז דער דור המבול, האבן זיך געקלינט אין גזילה, זיי זאלן נישט חייב זיין, אז איינער האט געבראכט אין מארקעט פירות – האט יעדער גענומען אויף ווייניקער פון ווערט א פרוטה, האט גאט געזאגט, איר האט געטאן נישט כשורה, וועל איך אויך מיט אייך מאכן נישט כשורה, פרעגן פילע מפרשים, אמת זיי האבן געטאן נישט כשורה, אבער גאט האט דאך געטאן כשורה?
עס זיינען פאראן היינטיקע צייט אויך א סאך אזעלכע וואס זיי זיינען גרויסע חכמים, איבער קלוגע, קליגן זיך געגן גאט. אט אזוי זיינען געווען דער דור המבול. זיי האבן זיך געקליגט געגן גאט, צו קלוג טויג נישט.
א קלוגער קעניג איז געווען, א חכם מחוכם, און ער האט געפירט זיין לאנד מיט חכמה. איז ער געגאנגען אמאל שפאצירן מיטן משנה למלך, פרעגט אים דער קעניג, זאג מיר טייערער, ווי געפעהלט דיר מיין הנהגה פון דער מדינה, ווי איך פיר. האט דער משנה למלך געענטפערט, די הנהגה איז זייער גוט, און דער קעניג איז א חכם מחוכם, נאך איבערן מאס. דעם קעניג האט עס זער פארדראסן. אז איז געקומען אהיים, האט ער באפוילן אז מען זאל מאכן א מעדאל פון גאלד, פארן משנה למלך, און דער גאלדענער מעדאל זאל וועגן זעכציק פונט פון ריינע גאלד, און דער משנה למלך זאל עם טראגן אויפן האלז. ווען דער משנה למלך האט עס דערהערט, איז ער געקומען צום קעניג בעטן, אדוני המלך, וואס האב איך פאר א גרויסע זינד, אז איך זאל האבן אזא שטראף, מוזן טראגן אזא משא אויף מיר.
האט דער מלך געענטפערט, זיי וויסן מיין טייערער, אז איך האב געטאן צו דיר מדה כנגד מדה, דו האסט געזאגט, אויף מיר אז איך בין א חכם מער וויפל מען דארף, האב איך באטראכט, אז נאך דיין געדאנק איז דאס א מעלה, צו זיין קלוג מער ווי די מאס, דארום (= דריבער) טו איך דיר א טובה, א מעדאל מער גרויס ווי די מאס, א קליינער גאלדענער מעדאל וואלט דאך געווען גוט, אבער א זעכציק פונטיגן איז צו גוט, איצט וועסטו זען אז אלעס צו פיל טויג ניט...
דער דור המבול האבן זיך געקליגט, צו רויבן פחות משוה פרוטה, האט גאט געזאגט, וועל איך אייך געבען א טובה, צו פיל טובה, רעגן איז דאך גוט, קען דאך קיינער נישט זאגן אז עס איז נישט גוט, עס איז דאך געוויס גוט. וועל איך געבן דעם רעגן צופיל, וועט איר שוין פארשפּארן צו זיין קלוג, די רוב טובה פאר אייער רוב חכמה.