לדלג לתוכן

ילקוט יהודה לך לך ה

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת לך לך: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
פרשת לך לך אין pdf דאקומענט


גאט זאגט

אל תראי תולעת יעקב וגו'. (הפטרה לך, ישעיה מ).

איך וועל עם שרייבען אין אייניגע סעיפים: וואו איז בבל, די גרויסע מאכט? וואו איז די אלטע רוים? וואו איז געבליבען אלע נאציאנען, די מעכטיגע, וואו איז עמון, מואב, כסרותים, פסלוכים, כפתורים, פילדת, ידלף? זייער געדעכעניש איז שוין לאנג נישטא, וואו זיינען זיי די גרויסע און שטארקע מעכטע?

גאט זאגט

ווען איינער וועט פרעגן, וויפל משא קען טראגן אן אקס, אדער א פערד? וועלן מיר אים ענטפערן, אומגעפאר ביי דריי הונדערט פונט, אבער נישט מער, און יענער וועם נישט פאלגן, און ארויפטאן אויף דער בהמה, א שטיין פון צען מאל אזוי פיל, דריי טויזענט פונט, וועט די בהמה פאלן טויט, אונטער דער גרויסער משא.

גאט זאגט

זאלן מיר איצט ארויסנעמען פון דער ערד צוויי ווערימלעך, וואס ווערען גערופן "תולע" און אפוועגן ביידע, און זיי וועגן ביידע גלייך, און איין ווערימעל לייגן אונטער דעם דריי טויזענט פונטיגן שטיין און דעם צווייטן אויפן שטיין, אין א מאנאט ארום, וועלן מיר זען, אז דער ווערימעל פון אונטער דעם שטיין וועגט נאך אמאל אזוי פיל, און דער צווייטער איז טויט, אדער קוים וואס ער קריכט. אזוי איז דער נאטור פון דעם ווערימל תולע.

גאט זאגט

אט אזוי איז דער שטייגער, דער נאטור פון דער בהמה. אין די פארצייטיגטע אומות, די אלע וואס מיר האבן אויסגערעכענט, זיינען געווען בהמות, חיות אין מענטשן געשטאלט. איינער האט געזיגט די צווייטע, און נאכער ארויף געלייגט אויף איר משא, צען מאל אזוי פיל, איז די אומה געפאלן אונטער איר לאסט. אט אזוי זיינען זיי פארניכטעט געווארן.

גאט זאגט

נישט אזוי מיט דיר ישראל, דו וועסט קיינמאל נישט פארניכטעט ווערן, דו וועסט אימער בלייבן, ווייל דו ביסט א ווערימעל, דיר אז מען האט באזיגט, און פארטריבן פון דיין לאנד, און וואס מער משא און צרות זיי לייגן אויף דיר ארויף, אלין מער און מער ביסטו שטארקער און מעכטיגער, ליגסטו אונטערן שטיין, ביסטו פעסט אין דיין אמונה, גיט מען דיר פרייהייט, ווערסטו שוואך, אנדערע אין גאנצען טויט יידן, אנדערע קריכן נאך אויפן שטיין איינמאל, אדער דריי מאל א יאר אין שול.

גאט זאגט

אל תראי תולעת יעקב וגו'. (הפטרה לך, ישעיה מ).

האב קיין מורא נישט, יעקב אז דו וועסט אין גלוות אונטערגיין, ניין דו ביסט נישט קיין בהמה, נאר א ווערימל, תולעת יעקב, מיט דעם "הנה עזרתיך", איך האב דיר געהאלפן ביז איצט, און ווי לאנג דו וועסט זיין אין גלות וועל איך דיר העלפן. נאכדעם ועסטו נישט דארפן זיין א תולעת, אז אפילו דיר וועט גוט זיין, וועסטו נישט שלעכט ווערן.