ילקוט יהודה לך לך א

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרשת לך לך: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
פרשת לך לך אין pdf דאקומענט


ומלכי צדק מלך שלם, הוציא לחם ויין והוא כהן לאל עליון וגו'.

מלכי צדק דער קעניג פון שלום, דאס איז "שם כן נח" האט דערפונדן א נייער וועג, ווי גאט צו דינען, א מענטש קען דינען גאט, דוקא מיט עסן און טרינקען, און מיט אלע זאכן.

"ומלכי צדק מלך שלם" אזא רייכער מאן, הוציא, האט ארויסגעצויגען, דאס הייסט, ארוימגעקריגן א נייע דערפינדונג, ווי צו דינען גאט, "לחם ויין", מיט ברויט און וויין "הכרחיות", ברויט און "מותרות" וויין, אפילו מיט תענוגים קען מען זיין "והוא כהן לאל עליון", א דינער א ריכטיקער צו גאט. ווי דער תנא זאגט "תלמידיו של אברהם אבינו אוכלין בעולם הזה, ונוחלין עולם הבא", די תלמידים פון אכרהם אבינו, עסן אויף דער וועלט, און צוליב דעם עסן, האבן זיי עולם הבא, נאר תענוגים אין יידישן אופן...

זהו שאומרים אלהי אברהם וכו' אלהי יצחק וכו' אלהי יעקב וכו'. (רש"י)

פילע פרעגן עס וואלט געפאסט אז מען זאל זאגן "תענוגים", נישט מיט סיגופים און "תעניתים", מיט פייניקן אלהי ישראל, ווינציג דען, האט דער עם ישראל מיט געמאכט? אזוי פיל מליאנען זיינען אומגעקומען אויף קידוש ה', פאר זייער גאט, און זיין תורה, גענוג טאטעס און מאמעס וואס האבן געשאכטן זייערע קינדער מיט זייערע הענט, אום (= כדי) זיי זאלן שטארבן יידן. עס איז נישט דא דער פלאץ צו ציטירן, און עס איז אויך אלעמען באוואוסט, אט פארוואס זאגט מען טאקע נישט אלהי ישראל?

מיר וועלן זיך עראינערן (געדענקען[1]) אזא זאך, - דאס עס פלעגן ארום גיין אין אונזערע שטעטלעך לייטע מיט א קעסטעלע מיט דריי קליינינקע פענסטערלעך, און מען פלעגט געבן דריי קאפיקעס, פלעג ער הייסן קוקן אין א פענסטערל, און ער פלעגט ווייזן די שיינע פאריז, די גרויסע הייזער פון בערלין, פעטערבורג, אדעס א. אז. וו. א פארגרעסער גלאז האט גרויס געמאכט די בילדער. איז דען דאס געווען געוויזן די לעבעדיקע פאריז? ניין! ניין! געוויס נישט. דאס איז נאר א פּאַנאָראַמע (= נוף, מראה כללי). פון דעם קען מען פארשטיין די גרויסקייט, די לעבעדיקייט, די שיינקייט פון דער לעבעדיקער פאריז.

אז מיר זאגן אלהי אברהם, איז דאס נאר א פּאַנאָראַמע, די טויטע פאריז, אמת טאקע אברהם איז געווען שיין, ער האט גענוג מיט-געמאכט, לך לך כמדר, אלע צען נסיונות. טא ווי שיין איז אבער פון זיינע קינדער, פון דעם עם ישראל, וויפיל לך לך האבן זיי שוין מיט-געמאכט, וויפל קינדער האבן זיי געשאכטן מיט זייערע הענט, - מיליאנען. ניין, ניין, דער עם ישראל איז די לעבעדיגע פאריז, זיי האבן מער מיט-געמאכט, נסיונות הונדערטע טויזענטע מאל מער.

מיר זאגן אלהי יצחק, ניין! ניין! נישט נאר יצחק האט זיך געלאזן בינדן צו געשאכטן ווערען, דאס איז א טויטע פאריז. יצחק אונזער הייליגער פאטער, דו ווייסט דאך אליין, אז טויזענטע קינדער האבן אין "גזירת השמד", אין "מסע הצלב" זיך געבעטן צו די טאטעס מיט אויסגעשטרעקטען העלזער, טאטע טאטע, מאמע, מאמע, שעכט מיר אום איך זאל נישט אריינפאלן צו די אכזרים, זיי וועלען אונז צווינגען צו אננעמען זייער גלויבן. יצחק, דו וועסט קיין פאראיבל האבן, דו ווייסט אז דיינע קינדער זיינען די לעבעדיקע פאריז, און דאס וואס מען זאגט אלהי יצחק, איז נאר צו ווייזן פון דער טויטער פאריז, ווי שיין, ווי גרויס איז די לעבעדיקע פאריז. יצחק, אזעלכע חנה'ס ווי "חנה ושבעה בניה" האבן מיר געהאט טויזענטער אדער גאר מיליאנען.

"אלהי יעקב" זאגן מיר, יעקב דו "יושב האהל", וויפל תלמיד חכמים, וויפל יושבי אהל, וויפל זיי האבן זיי זיך אויסגעליטן אין בית מדרש, און מער פאר דיר געליטן פון די פאגראמטשיקעס, מער ווי די פון עשו מיט אליפז, וויפל האט מען אויסגעשלאכטערש ביי דער גמרא. יעקב דו ווייסט דעם אמת, אז רבי חנניה בן תרדיון ברענט מיט דער ספר תורה, ווייסטו אז מיר האבן א סאך אזעלכע? יעקב, מיר זיינען די לעבעדיקע פאריז. דעריבער אז מען זאגט אלהי אברהם, אלהי יצחק, אלהי יעקב, פארשטייט מען במילא פון די טויטע פאריז אויף די לעבעדיגע.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. דאס ווארט שטאמט פון דיישט sich erinnern = געדענקען.