ילקוט יהודה לך לך ד

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרשת לך לך: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
פרשת לך לך אין pdf דאקומענט


* * * * *

רבי! רבי! שרייט מיט געוויין דער פרנס העיר צום רב, איר מוזט ראטעווען מיין איין און איינציגע טאכטער, זי ערגער און ערגער, דער גרעסטער פראפעסטר האט איר שוין אנטזאגט, עס איז נישט מער קיין הילף, רבי, נעמט צונויף א מנין און זאגט תהלים.

דער רב זאגט עס איז דאך אין מיטן נאכט, וואו קריגט מען א מנין? עס איז קיין תירוץ נישט – טוט איבער די מעגליכקייט!

דער רבי האט זיך אנגעטאן, ארויס אין גאס, האט ער אנגעטראפן בערלען, דעם רבי'ן פון די גנבים, און ער זאגט אים: "בערעל שאף נאך ניין פון דיינע חברה, און מיר וועלן זאגן תהלים, דו קענסט קריגן גוט באצטלט". אין פינף מינוט, און א מנין איז דא פון זייערע חברה. דער רבי זאגט, זיי האבן אים נאכגעזאגט. פארמטגס איז זי בעסער געווארן, אין אייניקע טעג זי איז געזונט געווארן אין גאנצען.. דער פרנס העיר האט זיך געוואוסט ווער די תהלים זאגער זיינען געווען.

איז געקומען דער פרנס צום רב: "סטייטש, רבי, קיין אנדערע האט איר נישט געפונען, נישט געקראגן צום תהילים זאגן"?

"הערט זיך איין" - זאגט דער רבי - "אז איך האב געזען די אלע שערי רחמים איז פארשלאסן, האב איך גענומען אלע גנבים פון שטאט, אזעלכע וואס קענען אויפברעכן שלעסער, און זיי האבן טאקע אויפגעבראכן די פארשלאסענע שערי רחמים"...

* * * * *

פאלשע פריינד זיינען גלייך צו דער וואנדער פויגל, וועלכע קומען נאר צו פליען אין דער גוטער צייט (זומער) און פליען אוועק אין דער שלעכטער צייט (ווינטער)...

* * * * *

"והוא יהיה פרא אדם". איינער האט מיר געפרעגט, ווען דען מאן איז א "פרא אדם", טא ווי רופט מען זיין פרוי?

האב איך אים געענטפערט, אז ווען זיין נאמען איז פרא אדם, איז איר נאמען פרה אדומה...

לערנען פון אברהם ווי צו דינען גאט
וילך למסעיו.

יוען א מענטש טוט א זאך, און ער טוט עס מיט חשק, דעטםן איז אים גרינג אפילו א שווערע זאך. אויב ער טוט טהן חשק, נאר ווייל ער מוז, איז די גרינגסטע זאך אים ,' שווער צו טאן. געלט פארדינען איז זייער שווער, נאר ער ן וויל עס, ער גלויבט צו דעם, דארום - איז פאר דעם מענשען ן גרינג, ער שפירט נישט די שווערקייט, טאג און נאכט, ווערט אים נישט מאום. ן אבער דאוונען, לערנען, דער וואס טוט עס טהן חשק, ן איז דטם,די שווערסטע זאך. ביי אברהם איז פארקעהרמ (ביי צטולע צדיקים אזוי), "ואברם כבד מאד במקנה, בכסף ובזהב", זאמלען פארמעגן קומט אים אן זייער שווער, נאר צו גאט- הייט, - "וילך למסעיו", ער גייט זיך גאנץ לייכט צו זיינע נמיעות איינצופלאנצן אמונת הבורא ביי דער וועלט.

א זעלמענע זאך
והוא כהן לאל עליון.

צו וואס איז אויסגערעכענט דער גאנצער יחוס פון משלמכייק עצלד קב,ר ואיימז צדוען א בדרטהםם' ןצ?וליעב דעם ביסעל וויין און דטם די נדבה איז טאקע א קליינע, א גאנץ קלייניקייט, נאר זאלסט וויסן זיין, - "והוא כהן לאל עליון" - א רב האט דאס געגעבן, איז דאס שוין גאר א זעלטענע זאך.

צואה
כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו אחריו לעשות צדקה ומשפט.

דער מענטש רוט נישט טאג ווי נאכט, צו פארגרעסערן זיין רייכטום, און אז זיי ווערן אלט, האבן זיי מורא, טאמער פאלט אריין אין שלעכטע הענט דער פארמעגן, אפילו ביי שלעכטע קינדער, מאכן זיי א צואה. אבער ווייניג, זייער א גייסטיקע צואה פאר די קינדער, זיי זאלן היטן דעם דרך ד'. מיר ווייסן וואס פאר א צואה דער רבש"ע וויל, "כי ידעתיו" איך ליב אים, "למען אשר יצוה את בניו", וואס פאר א צואה, "ושמרו דרך ד"', ודו"ק.

וואס די אנטיסעמיטן זאגן
"אל תראי תולעת יעקב הנה עזרתיך". (הפטרה לו, ישעיה י').

די אנטיסעמיטן זאגן, ישראל איז ניגעריק ווי דער ווערמיל תולע, אלע טערטן אויף אים, און ער קריכט ארויף דאך, אויף די העכסטע פלעצער, און זיי זאגן, אזוי דארף מען רופן ישראל'ן, ווייל זיין נביא האט אים אויך אזוי גערופן.